אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערד-פלאנעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
צוליב דער אזאן שיכטע און דער ערד'ס מאגנעטישן פעלד, ווערט די ערד געשיצט פון שעדיקע שטראלונג פון דער זון, און אזוי איז לעבן מעגלעך אויף דער ערד.
 
מער ווי 70 פראצענט פון דער ערד'ס אייבערפלאך איז באדעקט מיט וואסער; דער איבריגער טייל איז די [[קאנטינענט]]ו און [[אינזל]]ען, וואס אנטהאלטן אויך [[אזערע]]ס. די צוויי [[פאלוס]]ן זענען באדעקט מיט אייז; הארטער אייז וואס באדעקט דעם קאנטינענט [[אנטארקטיקע]] ביים דרום פאלוס, ווי אויך ים־אייז ביי ביידע פאלוסן.
 
די גרויסע מאסע פון דער זון שאפט א [[גראוויטאציע]]־קראפט דורך וואס די ערד פארט ארום דער זון.
שורה 17 ⟵ 19:
== צוזאמנשטעל און סטרוקטור ==
{{הויפט ארטיקל|ערד וויסנשאפט}}
די ערד איז אן ערדישער פלאנעט, ד.ה. זי איז צוזאמנגעשטעלט מיט שטיינער, ענדערשט ווי א [[גאז ריז]] ווי [[יופיטער]]. זי איז די גרעסטע פון די פיר ערדישע פלאנעטן ארום דער זון, סיי אין גרייס סיי אין מאסע. פון די פיר פלאנעטן האט די ערד די גרעסטע געדעכטקייט, די העכסטע אויבערפלאך גראוויטאציע, דאס שטערקסטע מאגנעטישע פעלד, און די גיכסטע ראטאציע.<ref>{{הערה|{{cite web
| last=Stern | first=David P. | date=2001-11-25
| url= http://astrogeology.usgs.gov/HotTopics/index.php?/archives/147-Names-for-the-Columbia-astronauts-provisionally-approved.html
| title=Planetary Magnetism | publisher=NASA
| accessdate=2007-04-01 }}</ref> }}
 
די ערד, ווי מיר רופן זי '''ערד קוגל''', איז פאקטיש נישט הונדערט פראצענט רונדיג, זי האט די פארעם פון א פלאכן [[ספערויד]]. זי איז 26 מייל לענגער אין דער ברייט ווי אין דער לענג (צווישן דעם [[צפון פאלוס]] און דעם [[דרום פאלוס]]). די וועלט לויפט ארום אין קאסמאס מיט א שנעלקייט פון 66,000 מייל פער שטונדע (אגב, עס איז נישט דא קיין שום מחלוקה דערין ווי טייל מענטשן מיינען) . דאס האט מען ערשט אויסגעפינען ווען מען האט די ערשטע מאל דערגרייכט אויף דער לבנה מיט סאטעליט טעכנאלאגיע. דער דורכשניטלעכער דיאמעטער פון דער ערד איז 12,742 ק"מ, אומגעפער [[π]]/{{ר}}40,000 ק"מ, צוליב דעם וואס מ'האט אריגינעל דעפינירט דעם [[מעטער]] צו זיין 1/10,000,000 פונעם דיסטאנץ צווישן דעם [[עקוואטאר]] און דעם [[צפון פאלוס]] דורך [[פאריז]], [[פראנקרייך]].
 
דער נידריקסטער פונקט אויף דער ערד איז 418- מעטער ביים [[ים המלח]], און דער העכסטער פונקט איז דער שפיץ פונעם [[עווערעסט]] בארג, געשאצט 8,848 מעטער. די דורכשניט הייך פון דער ערד איבערן ים פלאך איז 840 מעטער.