אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: is:Kommúnismi איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
אין תקציר עריכה
שורה 155:
== קאמוניזם אין כינע ==
 
דער וועלט'ס באוואוינטסטע לאנד איז געקומען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט אין 1949 נאכדעם וואס דאס לאנד איז דורכגעגאנגען צענדליגער יארן פון פאליטישע קאנפליקטן און אומסטאביליקייט וועלכע האט זיך אנגעהויבן הארט נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען די מערב וועלט האט אונטערגעשריבן דידעם היסטארישעהיסטארישן טריטי[[ווערסיי אוו ווערסעילסאפמאך]] אין פראנקרייך וועלכע האט געענדיגט די ערשטע וועלט קריג מיט די קאפוטילאציע פון די דייטשע אימפעריע. אין דעם אפמאך האבן פילע לענדער נאכגעגעבן לאנד איינע פאר די צווייטע און די אליאירטע האבן געצווינגען כינע אויפצוגעבן די שטאט שענדאנג צו יאפאן וועלכע האט געהאט א לאנג יעריגע קריגעריי איבער די טעריטאריע. די כינעזער סטודענטן זענען געווען זייער ברוגז אויף די אליאירטע און האבן געהאלטן אז מען האט אויסגעשפילט כינע וועלכע איז געווען א מיטגלידער אין די אליאירטע ארמייען. דאס האט געפירט צו היציגע דעמאנסטראציעס אין וועלכע מען האט קריטיקירט די מערב וועלט און געזוכט אן אנדערע רעגירונג סטיל. אין 1921 האבן צוויי אוניווערסיטעט פראפעסארן געגרינדעט די קאמוניסטישע פארטיי אין דער שטאט [[שאנכיי]] און צווישן זייערע נאכפאלגער איז געווען דער יונגער [[מאא זעדאנג]], דער זון פון אן ארימע פארמער.
 
כינע האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין סטאבילע רעגירונג און די פראווינצן און טעריטאריעס זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע מלחמה לארדן. ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט אנגעהויבן געווינען שטיצע אינערהאלב כינע האבן אנדערע גרופעס, און ספעציעל די [[קאמינטאנג]] פארטיי, דאס פרובירט שטערן און עס האט אויסגעבראכן א שטיקל מלחמה אין וועלכע די פרא-קאמוניסטן זענען געמארדעט געווארן און פארטריבן געווארן פון די גרויסע שטעט.