אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערד-פלאנעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 31:
=== כעמישער צוזאמענשטעל ===
אין אלגעמיין, איז די ערד צוזאמענגעשטעלט פון [[אייזן]] (32.1[[פראצענט|%]]), [[וואסערשטאף]] (30.1[[פראצענט|%]]), [[סיליציום]] (15.1[[פראצענט|%]]), [[מאגנעזיום]] (13.9[[פראצענט|%]]), [[שוועבל]] (2.9[[פראצענט|%]]), [[ניקל]] (1.8[[פראצענט|%]]), [[קאלציום]] (1.5[[פראצענט|%]]), and [[אלומיניום]] (1.4[[פראצענט|%]]). די איבעריקע 1.2[[פראצענט|%]] שליסט איין א סך אנדערע כעמישע סובסטאנצן. סובסטאנצן וואס זענען זייער אומגעוויינטלעך (ווי למשל [[גאלד]] און [[פלאטין]]) זענען זייער טייער.
 
טיף אין דער ערד איז גאר אנדערש ווי די העכסטע שיכטע. גאר דאס פליסיקע וואסער אין דער ערד געפינט זיך אין די ימען אדער נאענט צום אייבערפלאך פון דער ערד. אויך האט די אויבערשטע שיכטע א סך [[זויערשטאף]], וואס איז כמעט נישט בנמצא טיף אין דער ערד. בעלי חיים און פלאנצן קענען לעבן נאר אויפן אייבערפלאך. די שטיינער אין דעם אייבערפלאך זענען טיף פון 30 ביז 60 ק"מ, אבער אונטערן ים זענען זיי נישט אזוי טיף—אין טייל ערטער נישט מער ווי 6 ק"מ. אונטער דעם איז א שיכטע פון פליסיקען שטיין וואס איז גאר הייס, אומגעפער 7,000°C. דער טיפסטער טייל אין צענטער פון דער ערד איז סאליד צוליב דעם גרויסן דרוק, און איז מערסטנס [[אייזן]]; וועגן דעם איז די ערד מאגנעטיש.
 
=== פארעם ===