אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג |
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג |
||
שורה 11:
און אין תרס"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם ערשטן וועלט קריג (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין [[אייראפע]]. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''רב הראשי לעדת אשכנזים'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''רב מטעם''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]].
הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיטן נאמען ''דגל ירושלים'' וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אונטער דער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלטס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיטן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעען אויף דער געהויבנקייט פון דעם קאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל.
|