אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גראף (מאטעמאטיק)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 13:
אַ שפּיץ:
* קען טראָגן אַן ''עטיקעט'' (label), ד.ה. אַ באַשטימטן סימן אָדער נאָמען, וואָס איז מבחין דעם שפּיץ פון אַנדערע,
* האָט תמיד אַ באַשטימטן ''גראַד'' (degree), די צאָל קאַנטן וואָס קומען צוזאַמען אין דעם שפּיץ. באַזירט אויפן גראַד דיפערענצירט מען אַן איזאָלירטן (isolated) שפּיץ וואָס האָט ניט קיין קאַנטן, אַ "בלאַט" (leaf) וואָס בינדט זיך מיט איין איינציקן קאַנט און אינעווייניקסטע שפּיצן מיט מער ווי איין קאַנט.
 
אַ קאַנט:
שורה 24:
פאַר פאַרשיידענע אויפגאַבן נוצט מען גראַפן מיט פאַרשיידענע אייגנשאַפטן. די קלאַסיפיקאַציע פון גראַפן איז באַזירט אויף דעם, וואָס פאַראַ עלעמענטן זיי שליסן איין.
 
[[טעקע:TreeNetwork.svg|קליין|אַ בוים]]
ווען פאַר יעדער פּאָר שפּיצן איז דאָ אַ וועג, איז דאָס אַ פאַרבונדענער (connected) גראַף, ווען ניט — שליסט ער איין צוויי אָדער מער קאָמפּאָנענטן, וואָס אַליין זיינען פאַרבונדענע גראַפן. אַ פאַרבונדענער גראַף וואָס האָט ניט קיין שלייפן איז אַ בוים (tree). להיפּוך צו דעם, אַ גראַף וואָס האָט אַ ציקל איז אַ ציקלישער (cyclic) גראַף.
 
[[טעקע:Directed_graph,_cyclic.svg|קליין|אַ געצילטער ציקלישער גראַף מיט עטיקעטן פאַר אַלע זיינע שפּיצן]]
ווען די קאַנטן האָבן אַ ריכטונג איז דאָס אַ געצילטער (directed) גראַף, און ווען זיי האָבן וואָגן איז ער אַ געוואָגענער (weighted).
 
אַ גראַף קען האָבן אַ באַשטימטע באַשרענקונג אויף די גראַדן פון זיינע שפּיצן. אַ פאַרשפּרייטער מין גראַפן לויטן דאָזיקן פּרינציפּ איז, למשל, "בינאַרער" (binary) גראַף, וואָס ביי אים האָבן אַלע אינעווייניקסטע שפּיצן דעם גראַד פון צוויי.
 
{{מאטעמאטיק-שטומף}}