אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הענרי דער אכטער פון ענגלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ בוט: קישור לערך מומלץ עבור no:Henrik VIII av England; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 5:
הענרי איז באוואוסט פאר די זעקס ווייבער וואס ער האט געהייראט—צוויי האט ער גע'גט (וואס איז געווען די אורזאך פון זיין באזונדערן פון דער [[קאטוילישע קירכע|קאטוילישער קירכע]], וואס אנערקענט נישט קיין גט), צוויי האט ער געהייסטן הינריכטן, איינע איז געשטארבן, און די לעצטע האט אים אויסגעלעבט. דערפאר האט ער געהייראט אזוי פיל מאל ווייל ער האט שטארק געוואלט א [[זון (משפחה)|זון]] וואס זאל ירשענען זיין טראן. ענדלעך האט ער געהאט אן איינציקן זון, [[עדווארד דער זעקסטער]], וואס האט אים טאקע גע'ירשענט. נאך עדווארדס טויט האבן הענרי'ס צוויי טעכטער, [[מערי פון ענגלאנד]] (''בלוטיקע מערי'') און [[עליזאבעט די ערשטע]]. עליזאבעט האט געקעניקט לאנגע יארן און איז געווען פון די מערסטע באאיינפלוסע מאנארכן פון ענגלאנד.
 
== יונגע יארן ==
הענרי איז געבוירן געווארן אין 1491, דער זון פון [[הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד|הענרי דער זיבעטער]] פון דער [[טיודאר דינאסטיע]], וואס האט פארכאפט דעם ענגלישן טראן נאך דעם [[באזווארט קאמף]] ([[1485]]), וואס האט געשלאסן די [[רויזן מלחמות]] און ווען [[ריטשארד דער דריטער פון ענגלאנד|ריטשארד דער דריטער]] איז אראפגעווארפן פונעם טראן. ריטשארד דער דריטער איז געווען דער לעצטער מלך פון דעם [[הויז פון יארק]]; אז הענרי דער זיבעטער איז ארויף אויפן טראן האט אנגעהויבן די פראכטפולע תקופה פון דעם [[הויז פון טיודאר]]. הענרי'ס מוטער [[עליזאבעט פון יארק|עליזאבעט]] איז געווען דאס עלטסטע קינד פונעם מלך [[עדווארד דער פערטער]] פונעם הויז פון יארק, אזוי איז הענרי געווען א דירעקט אייניקל פון די גרויסע מלכים פון ענגלאנד, פון זיין מוטערס זייט.
 
שורה 15:
[[קאַטעגאָריע:מאנארכן]]
[[קאַטעגאָריע:ענגלאנד]]
 
{{רא|no}}