אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאנדאנער אונטערגרונט מאפע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 12 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2014543 (translate me)
מ וויקילינק
שורה 1:
די '''לאנדאנער אונטערגרונט מאפע''' איז א [[טאפאלאגישע מאפע|טאפאלאגישער געמעל]] פון דער [[לאנדאנער אונטערגרונט]] וואס איז א [http://www.tfl.gov.uk/assets/downloads/standard-tube-map.pdf ניצלעכע מאפע פאר פאסאזשירן].
 
די מאפע ווייזט נישט וואו די סטאנציעס זענען געאגראפיש. [[הארי בעק]], וואס האט זי געשאפן אין [[1931]]<ref>[http://britton.disted.camosun.bc.ca/beck_map.jpg בעק'ס ארגינעלע מאפע]</ref>, האט פארשטאנען אז אזוי ווי די באן פארט אונטער דער ערד, איז די געאגראפע נישט שטארק וויכטיק; די עיקר זאך וואס אינטרעסירט די פאסאזשירן איז וויאזוי מען קומט פון איין סטאנציע צו א צווייטער. פאר דעם צוועק האט בעק געמאכט א טאפאלאגיש געמעל (א "[[גראף (גראף טעאריע)|גראף]]"). כדי די מאפע זאל זיין גאנץ פשוט, האט בעק געשריבן אויף דער מאפע נאר די נעמען פון די סטאנציעס, און האט געמאלט אלע ליניס נאר האריזאנטאל, ווערטיקאל אדער דיאגאנאל מיט א [[ווינקל]] פון 45 [[גראד (ווינקל)]].
 
די פארוואלטונג פון דער באן איז געווען זייער סקעפטיש וועגן דער נייער מאפע, און האט נאר געמאכט געציילטע עקסעמפלארן. אבער די מאפע איז אינגיכן געווארן גאר פאפולער, און היינט זי געפינט זיך אין אלע [[לאנדאנער אונטערגרונט]] סטאנציעס און ס'איז געווארן כמעט א סימבאל פון לאנדאן.