אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווילנער גאון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ תיקון טעות + אוניפיקאַציע פון דער שרייבונג
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Vilna Gaon portrait.gif|קליין|250px|דער ווילנער גאון]]
רבי '''אליהו בן שלמה זלמן''', באַוואוסט ווי דער '''ווילנער גאון''', '''דער גאון''', '''הגאון החסיד''' אָדער '''הגר״א''' ("הגאון רבינו אליהו") ([[ט"ו ניסן]] [[ה'ת"ף]], [[23סטן אפריל]] [[1720]] – [[י"ט תשרי]] [[ה'תקנ"ח]], [[9טן אקטאבער]] [[1797]]) איז געווען אַ גרויסער [[תלמיד חכם]] און בן תורה, איינער פון די גרעסטע למדנים פון די לעצטע יאָרהונדערטער און דער גרינדער פון דער [[התנגדותמתנגדים]] באַוועגונג קעגן [[חסידות]]. זייענדיק פון די [[אחרונים]] איז ער אָבער אַן אויסנאַם אין זיין אויטאָריטעט צווישן יידן אין זיין צייט און עד היום<ref name=Etkes02/>.
 
==זיין יוגנט==
שורה 7:
וואו ער איז געבאָרן געוואָרן איז אַ קעגנשאַפט פון וויכוחים. עטלעכע היסטאָריקער האַלטן, אַז זיין געבורטאָרט איז געווען [[סעליץ]], א דערפל ניט ווייט פון [[בריסק]], פון וואַנעט שטאַמט זיין מאַמע. אַנדערע זיינען אויף דער מיינונג, אַז ער איז געבאָרן געוואָרן אין [[ווילנע]] גופא. סיי ווי סיי לויט אַלע סימנים האָט אליהו פאַרבראַכט זיינע קינדעריאָרן אין ווילנע<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
 
יינגלווייז האָט אליהו באַוויזן זיין נטיה צו לימוד. אין עלטער פון זעקס יאָר מיט אַ האַלב האָט ער געזאָגט אַ דרשה אין דער גרויסער ווילנער שול פאַר די גדולי ווילנא. יענעם שבת האָט אים פאַרהערט ר׳העשיל, דער ראש בית־דין. ער האָט אים געבעטן צו זאָגן אַן אַנדער דרשה, וואָס ער האָט פריער מיט זיין טאָטעןטאַטען ניט אויסגעלערנט. אַלע בייזייאיקע זיינען נשתומם געוואָרן פון זיין נייער רייד, וואָס ער האָט צוגעגרייט אין איין שעה<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
 
פון זיינע אַלס גאָר יונגע יאָרן האָט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון אַ געטלעכן [[עילוי]]איש קינד, מיט אַ געבענטשטן מוח, וואָס כאַפּט אויף און פאַרשטייט אַלץ אין דער וועלט. ביי די זעקס יאָר האָט ער שוין געדרשנט אין דער גרויסער שטאָטישער [[בית הכנסת]]. ביי די צען יאָר האָט שוין קיין מלמד ניט געקענט לערנען מיט אים, איבערשטייגענדיק יעדן וואָס איז געקומען מיט אים אין תורהדיקער באַרירונג. {{מקור}}
שורה 20:
 
== קעגנערשאַפט צו חסידות ==
די באַוועגונג, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן [[בעש״ט]], דידאס [[חסידות]], האָט זיך אין דער צווייטער העלפט 18טן יאָרהונדערט זייער פאַרברייטערט און איז צוגעגאַנגען צו [[ליטע]]. דאָס איז געווען דער ווענדפּונקט אין די שוין דאַמאָלסט אָנשטרענגיקע באַציאונגען צווישן חסידות און אָנהענגער פון אַלטן נוסח אשכנז. די ערשטע חסידישע קלויז, פונעם [[קאַרלינער הויף]], איז אויפגעקומען אין ווילנע אין 1772-1771, און 1772 איז אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל אַרום אירע פירער, וואָס זיינען באַשולדיקט געוואָרן אין אַ חילול ה׳ און אַנדערע פאַרברעכונגען. דער גאון אַליין האָט דורכגעפירט דעם משפּט קעגן איינעם פון זיי, וואָס איז אַריינגעלייגט געוואָרן אין חרם. דער משפּט קעגן דעם צווייטן קאַרלינער איז אַריינגעבראַכט צו אַ ברייטער באַטראַכטונג פון דער גאַנצער חסידישער באַוועגונג אַלץ אַ [[הערעזיע]]. די ווילנער רבנים מיט דער אונטערשטיצונג פון גאון האָבן באַשולדיקט די חסידים אין פּראַקטיקירן אומלייטישן אויפפיר, דעם נוצן יידישע ווערטער בעת דאַוונען און נאָך. ס׳איז געפּסקענט געוואָרן צו לייגן חסידים אין [[חרם]] אַריין און אַז אַלע ווערק פון חסידישע מחברים מוזן פאַרברענט ווערן<ref name=Etkes02/><ref name=Katz09a/>.
 
ביזן סוף יאָרהונדערט זיינען נאָך אַ ריי חרמס פּראָקלאַמירט געוואָרן, און די קעגנערשאַפט, די [[התנגדות]], האָט באַרירט אַנדערע ליטווישע קהילות. די ראָלע פונעם גאון אַליין איז אין די געשעענישן געווען אַן אַנטשיידנדיקע, און ס׳זיינען דאָ ראיות, אַז ער פּערזענלעך האָט געפאָדערט האַרבערע מיטלען אין דער ביטערער מלחמה קעגן חסידים. נאָך זיין פּטירה האָט די מחלוקת געוואָרן אַ סך רואיקער אין איר גלי<ref name=Etkes02/>.
שורה 44:
 
אַ טייל פון זיינע ספרים:
* ביאור הגר"א אויף ד' חלקי שלחן ערוך פון כתב יד, אַריינגעדרוקט אין די אַלטע ש"עשולחן־ערוך
* [[דבר אליהו]] אויף ספר [[איוב]]
* [[דברי אליהו]]
שורה 50:
* [[קול אליהו]]
 
ס׳איז דאָ פּירושים פונעם גר"א אויף: ספר יונה, משלי, שיר השירים, מגילת אסתר און רות.
 
== רעפערענצן ==