אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייראפעאישער פאראיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דעמאגראפיע
שורה 5:
 
== געשיכטע ==
נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], איז באשלאסן געווארן דער געדאַנק אַז אַן [[אייראפעישע צאמשטעלונג]] איז דער איינציגער וועג צו האַנדלען מיט די פארביי-גייענדע [[נאציאנאליזם]] פון וואס דער קאָנטינענט האט זיך געפלאגט. זשאַן מאָנע, ראבערט שומאַן און [[קאָנראַד אַדענאַוער]] האבן דאס איבערגעגעבן אין אַ רעדע אין יאר 1950, דער באַוואוסטער [[שומאַן פּלאַן]]. א יאָר שפּעטער איז די [[אייראפעישע קוילן און שטאָל געמיינדע]] געגרינדעט געווארן מיט דעם [[אפמאך פון פאריז (1951)|אפמאך פון פּאַריז]] דורך [[בעלגיע]], [[פראנקרייך|פֿראַנקרייך]], [[איטאליע]], [[לוקסעמבורג]], [[האלאנד]] און [[מערב דייטשלאנד|מערב דייטשלאַנד]].
 
די קוילן און שטאל געמיינדע איז געווארן אַזוי געראָטן אַז אין יאר 1957 איז באַשלאָסן געווארן צו ציען ווייַטערע צאמבינדונגען. דער [[אפמאך פון רוים]], געחתמעט דורך די זעלבע זעקס לענדער האט געגרינדעט די [[אייראפעישע עקאָנאָמישע געמיינדע]] און די [[אייראפעישע אטאמישע ענערגיע געמיינדע|אייראַטאָם]]. נאך דעם [[בריסל ראיאן|בריסל]] אפמאך אין יאר 1965, האבן די דרייַ אָרגאַניזאַציעס זיך צאמגעשטעלט אין 1967, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו אַרבעטן אונטער דעם נאָמען [[אייראפעישע געמיינדע]]. דאס האט געפירט צום פאָרלייגן פון א קאמיסיע, ראט און פּאַרלאַמענט.