אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל דוד אונגאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 26:
 
דאן איז געקומען אן איינלאדנונג פון [[טירנוי]] אז די כסא הרבנות איז זיי ליידיג געווארן, און וויבאלד טירנוי איז געווען א גרעסערע שטאט ווי קראמפאך איז הרב שמואל דוד געשטעלט געווארן דארט, ווי ער האט געדינט רבנות פאר די קומענדיגע פופצן יאר, ווי אויך האט ער איבערגעפלאנצט דארט די ישיבה וועלכע איז שטארק געוואקסן מיט די צייט.
 
אין יאר תרצ"א איז נפטר געווארן הרב אברהם אהרן כ"ץ - דער רב פון שטאט [[נייטרא]]. די ראשי הקהילה פון נייטרא האבן פון אלע קאנדידאטן דאס מערסטע געגליכן דעם טירנויער רב אלס ממלא מקום פארן רבנות שטעלע, און האבן געשיקט לאדענען הרב שמואל דוד צו אננעמען דאס פאסטן אין נייטרא. נאך עטליכע טעג איבערטראכטן האט דער רב געזאגט פאר איינע פון זיינע נאנטע "איך פיל אז עס וועט קומען א טאג וואס אין גאנץ אייראפע וועט נישט זיין קיין תורה און נאר אין נייטרא וועט זיין לימוד התורה" (וואס שפעטער איז טאקע אזוי געווען בשעת [[חורבן אייראפע]]) און דערפאר האט ער באשלאסן איבערצולאזן טירנוי און אננעמען דאס רבנות אין נייטרא.
 
== די בארימטע נייטרא ישיבה ==