אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שיכון סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
 
 
דער דומ"ץ פון שטעטל איז רבי [[יוסף ישראל אייזנבערגער]] שליט"א. און די חברי בד"ץ - הגאון ר' שלום פאללאק שליט"א, הגאון ר' זאב נחום גאלדמינצער שליט"א. אונטער זיי זענען דא נאך מורי צדק אין כשרות און ממונות אפטיילונג א.ד.ג.
 
דער היינטיגער מעיאר פון ניו סקווער, איז ישראל משה שפיטצער.
שורה 16:
= די גאסן פונעם שטעטל =
די נעמען פון די ערשטע גאסן, זענען גערופן געווארן אויף די נעמען פון [[פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן|אמעריקאנער פרעזידענטן]], לשלומה של מלכות.
די הויפט גאס פונעם שטעטל איז [[דזשארזש וואשינגטאן|וואשינגטאן]] עוועניו, און פון דעם קען מען זיך דרייען צו [[דזשעקסאן]] עוועניו, וואס פון דארט קומט מען אן קיין [[טאפט]] לעין, און ווייטער ווידער קיין וואשינגטאן, וואו מ'קען פארן קיין [[דווייט דעיוויד אייזנהאוער|אייזנהאוער]], אדער [[טרומאן]] און [[דזשעפערסאן]] עוועניו, וואס איז דער צענטער פונעם סקווערן הויף, שול, און חצר פונעם רבי'ן, און אנדערע ציבורישע בנינים, און ביי דער ענדער גאס געפונט זיך דער שאפינג צענטער.
פון וואשינגטאן ווייטער קען מען אריינגיין צו [[לינקאלן]] עוועניו, וואס פירט אויך קיין [[רוזעוועלט]] [וואס ביים ענדע גאס איז די בית החיים] און פון דארט קיין [[אדאמס]] לעין, אדער דורך לינקאלן קיין [[מאנראו]] לעין.
- דאס זענען די גאנץ עלצטע גאסן, ביים גרינדונג פונעם שטעטל.
 
שפעטער, אין די תש"מ יארן, איז צוגעבויעט געווארן נייע גאסן, ווי [[ווילסאן]] אונטער אייזנהאוער, [[קליוולאנד]] און [[העריסאן]] און [[ביוקענען]], דורך דזשעקסאן עוועניו, וואס זענען שטאטיש-געבויעטע קליינע פאמיליע הייזער.
מיט צען יאר דערויף, אין די תש"נ יארן, האט די ווילעדש אליינס געבויעטגעבויט א גאנץ נייע געגענדגעגנט פון גאסן, ארום די אלטע גאסן, און אונטער וואשינגטאן און לינקאלן - אדאמס, איז אויפגעבויעט געווארן, [[בוש]], [[קלינטאן]], [[רעגן]], און סוף די גאסן טרומאן און אייזנהאוער, איז געבויעט געווארן [[גארפילד]] עוועניו.
 
צען יארן דערויף, אין די תש"ס יארן, האט מען אנגעהויבן פריש בויען א רייהע מיט גאנץ נייע גאסן נעבן די פריערדיגע נייע גאסן, אבער זיי זענען שוין מיט יודיש-הייליגע נעמען.
צווישן אדאמס און רעגן, איז [[אליק]], וואס דארט איז אויך די מיידל שולע, און חתונה זאל. נעבן קלינטאן און בוש, איז [[קאריץ]] און שטערן, ווי דארט געפונט זיך די קאמפלעקס פונעם חדר. און ווידער צווישן רוזעוועלט און גארפילד, האט מען צוגעבויעט [[אוסטראה]], [[זיטאמיר]], [[בארדיטשוב]], [[אויסטילא]].