אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שיכון סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 6:
 
ניו סקווער איז א ניו יארק דארף פלאצירט צפון פון [[הילקרעסט, ראקלאנד קאנט, ניו יארק|הילקרעסט]], מזרח פון [[וויאלע, ניו יארק|וויאלע]], דרום פון [[ניי העמפסטעד, ניו יארק|ניי העמפסטעד]] און מערב פון [[ניישטאט, ניו יארק|ניישטאט]]. ביים 2010 צענזוס האט ניו סקווער געהאט א באפעלקערונג פון 6,944.<ref name="Census 2010">{{Cite web| url=http://factfinder2.census.gov| title=Profile of General Population and Housing Characteristics: 2010 Demographic Profile Data (DP-1): New Square village, New York| publisher=U.S. Census Bureau, American Factfinder| accessdate=3טן פעברואר 2012}}</ref>
 
= די גאסן פונעם שטעטל =
די נעמען פון די ערשטע גאסן, זענען גערופן געווארן אויף די נעמען פון אמעריקאנע פרעזידענטן, לשלומה של מלכות.
דער הויפט גאס פונעם שטעטל איז [[וואשינגטאן]] עווניו, און פון דעם קען מען זיך דרייען צו [[דזשעקסאן]] עוועניו, וואס פון דארט קומט מען אן קיין [[טאפט]] לעין, און ווייטער ווידער קיין וואשינגטאן, ווי מ'קען פארן קיין [[אייזנהאוער]], אדער [[טרומאן]] און [[דזשעפערסאן]] עווניו, וואס איז די צענטער פונעם סקווערן הויף, שול, און חצר פונעם רבי'ן, און אנדערע ציבורישע בנינים, און ביים ענדע גאס געפונט זיך די שאפינג צענטער.
פון וואשינגטאן ווייטער קען מען אריינגיין צו [[לינקאלן]] עווניו, וואס פירט אויך קיין [[רוזאוועלט]] [וואס ביים ענדע גאס איז די בית החיים] און פון דארט קיין [[אדאמס]] לעין, אדער דורך לינקאלן קיין [[מאנראו]] לעין.
- דאס זענען די גאנץ עלצטע גאסן, ביים גרינדונג פונעם שטעטל.
 
שפעטער, אין די תש"מ יארן, איז צוגעבויעט געווארן נייע גאסן, ווי [[ווילסאן]] אונטער אייזנהאוער, [[קליוולאנד]] און [[העריסאן]] און [[ביוקענען]], דורך דזשעקסאן עווניו, וואס זענען שטאטיש-געבויעטע קליינע פאמיליע הייזער.
מיט צען יאר דערויף, אין די תש"נ יארן, האט די ווילעדש אליינס געבויעט א גאנץ נייע געגענד פון גאסן, ארום די אלטע גאסן, און אונטער וואשינגטאן און לינקאלן - אדאמס, איז אויפגעבויעט געווארן, [[בוש], [[קלינטאן]], [[רעגן]], און סוף די גאסן טרומאן און אייזנהאוער, איז געבויעט געווארן [[גארפילד]] עווניו.
צען יארן דערויף, אין די תש"ס יארן, האט מען אנגעהויבן פריש בויען א רייהע מיט גאנץ נייע גאסן נעבן די פריערדיגע נייע גאסן, אבער זיי זענען שוין מיט יודיש-הייליגע נעמען.
צווישן אדאמס און רעגן, איז [[אליק]], וואס דארט איז אויך די מיידל שולע, און חתונה זאל. נעבן קלינטאן און בוש, איז [[קאריץ]] און שטערן, ווי דארט געפונט זיך די קאמפלעקס פון די יונגל חדר. און ווידער צווישן רוזאוועלט און גארפילד, האט מען צוגעבויעט [[אוסטראה]], [[זיטאמיר]], [[בארדיטשוב]], [[אויסטילא]].
 
אין די תש"ע יארן, האט מען צוגעלייגט נאך פיר נייע גאסן, וואס הייסן, [[אניפאלי]], [[מעזריטש]], [[פולנאה]], [[טיטיוב]].
 
 
דער דומ"ץ פון שטעטל איז רבי [[יוסף ישראל אייזנבערגער]] שליט"א. און די חברי בד"ץ - הגאון ר' שלום פאללאק שליט"א, הגאון ר' זאב נחום גאלדמינצער שליט"א. אונטער זיי זענען דא נאך מורי צדק אין כשרות און ממונות אפטיילונג א.ד.ג.