אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר יהודה פינקל (א)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 10:
 
== ראש ישיבה אין מיר ==
אין תרס"ז איז רבי ליעזר יודל באשטימט געווארן א מגיד שיעור אין דער [[מירער ישיבה]]. ביי דער [[ערשטע וועלט מלחמה|ערשטער וועלט מלחמה]] איז דער ישיבה אריבער אין [[פאלטאווע]]. אזוי ווי הרב קאמאי איז געבליבן אין זיין שטאט מיר, האט ער געלאזט די הנהגה פון דער ישיבה אין די הענט פון זיין איידעם ר' ליעזר יודל. הרב קאמאי איז נפטר געווארן אין די מלחמה יארן און דעמאלסט האט מען באשטימט רבי ליעזר יודל אפיציעל ראש ישיבה, צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב [[אברהם צבי קמאי]].
 
ביי דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט-מלחמה]] איז ער אריבער מיט דער ישיבה קיין [[רוסלאנד]]. ווען ער האט באקומען א סערטיפיקאט פאר [[ארץ ישראל]] האט ער זיך באזעצט דארטן מיט דער כוונה אז ער וועט קענען פארזארגן סערטיפיקאטן פאר אלער מירער תלמידים. די ישיבה האט ער געלאזט אונטער דער הנהגה פון זיין איידעם רבי [[חיים שמואלעוויטש]].
 
אין תש"ד האט ער אויפגעשטעלט אין [[ירושלים]] דעם מירער כולל, און דערנאך די ישיבה, וואו ענדלעך זענען א סך פון די מירער תלמידים אנגעקומען.