אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייראפע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: sq:Evropa איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 33:
פונעם 7טן יארהונדערט, איז די [[ביזאנטישע אימפעריע]] געווארן שטארק אנגערירט פון דעם אנהייב פון [[איסלאם]] און די [[כאליפאט]]ן. מוסולמענער אראבער האבן ערשט אינוואדירט רוימישע טעריטאריע אונטער [[אבו באקר]], דער ערשטער [[כאליף]] פונעם [[ראשידון כאליפאט]], וואס איז אריין אין [[סיריע]] און רוימישער מעסאפאטאמיע. אונטער [[אומאר]], דער צווייטער כאליף, האבן די מוסולמענער באשטימענדיק איינגענועמן סיריע און מעסאפאטאמיע, ווי אויך רוימישע [[פאלעסטינע]], רוימישע [[עגיפטן]], און טיילן פון [[קליין אזיע]] און רוימישע צפון אפריקע. דאס האט ממשיך געווען אונטער די שפעטערדיקע ראשידון כאליפן און אונטערן [[אומאישער כאליפאט|אומאישן כאליפאט]], וואס האט איינגענומען גאנץ מיטלענדישע צפון אפריקע און רוב פונעם [[איבערישער האלבאינזל|איבערישן האלבאינזל]].
 
אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען [[קיפראסציפערן]], [[מאלטא]], [[קרעט]], [[סיציליע]] און טייל פון דרום [[איטאליע]].
 
די מוסולמענער האבן אנגעהויבן אינוואדירן דעם איבערישן האלבאינזל דעם 30סטן אפריל 711, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין [[גיבראלטאר]] אונטער [[טאריק איבן זאיאד]]. פון דארט זענען זיי געגאנגען ווייטער צפונדיק. במשך אכט יאר איז כמעט דער גאנצער איבערישער האלבאינזל געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער [[אומאישע אימפעריע|אומאישער אימפעריע]]. זיי זענען ווייטער געגאנגען אריבער די [[פירענעען]] אבער זיי זענען באזיגט געווארן אינעם [[קאמף פון טור]].