אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טעכנאלאגיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
היסטאריע
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''טעכנאלאגיע''' פון ([[גריכיש]] טעכנע (τέχνη) ''טעכנע'', 'קונסט, געניטשאפט, מלאכה'; און לאגיאַ (λογία) ''לאגיאַ'', 'זאָגן') זוכט פראקטישע לייזונגען פון פראבלעמען ניצנדיק [[וויסנשאפט]]. איינער פון די ערשטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז געווען דער [[ראד]]. שפעטער האט מען ערפינדן [[דרוקעריי]], וואס האט איבערקערט די מלאכה פון מאכן ביכער. מאדערנע
טעכנישע ערפינדונגען זענען: [[קאמפיוטער]], [[אויטא]], [[מאשין]], [[טעלעפאן]] א.א.וו.
 
טעכנאלאגיע האט אויך געזען די אנטוויקלונג פון [[וואפן]] פון שטעקנס צו [[נוקלעארער וואפן|נוקלעארע וואפן]].
 
טעכנאלאגיע איז א צוזאמענשטעל פון [[וויסן]], [[געצייג]] און [[אינפראסטרוקטור]].
 
די איינפלוס פון טעכנאלאגיע אויף דער [[געזעלשאפט]] אין פארשידענע וועגן. פון איין זייט האט זיך אנטוויקלט די פארגעשריטענע [[עקאנאמיע]]ס דורך טעכנאלאגיע. פון דער צווייטער זייט זענען פאראן אומגעוואונטשטע ארויסקומען, ווי [[פארפעסטיקונג]] פון דער סביבה.
 
== היסטאריע ==
אינעם [[מיטל אלטער]] האט מען געניצט די [[פשוטע מאשינען]] ( ווי דער [[הייבער]], דער [[שרויף]] און דער [[בלאק]]) צו שאפן מער קאמפליצירטע געצייג, ווי די [[טאטשקע]], די [[ווינטמיל]] און דער [[זייגער]].
די הויפט אנטוויקלונג פון דער טעכנאלאגיע האט פאסירט ביי דער ענדע פון דעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]] ווען עס האט זיך אנטוויקלט די [[מאשין|מאשינען]] פון דער [[אינדוסטריעלע רעוואלוציע|אינדוסטריעלער רעוואלוציע]].