אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 158:
== עקענאמיע ==
 
די סאוויעט יוניאן האט געהאט א פלאנירטע עקענאמיע, וואס טייטש אז די רעגירונג האט קאנטראלירט אי די פראדוקציע און אי די פרייזן פאר די מארקעט. זי האט באשלאסן וואו מען דארף עפענען א נייע ביזנעס, וואס די ביזנעס זאל זיין סטאנציאנירט, ווער עס זאל דארט ארבעטן, און וויפיל געלט יעדער זאל באקומען. ווען קאמוניזם האט געהערשט אין גאנץ מזרח אייראפע האט רוסלאנד גענאסן פון גאנץ א סטאבילע עקענאמיע, א דאנק איר גוטע אנציאונגן מיט די אנדערע קאמוניסטישע לענדער וועלכע האבן געהאט אפענע טויערן פאר ביזנעס – פארשטייט זיך נאר פאר קאמוניסטן. פון ווען אן די ראיאן איז געווארן גערייניגט פון קאמוניזם אין די פריע 80'גער יארן האט רוסלאנד'ס עקענאמיע אנגעהויבן גליטשן. דער דעמאלטדיגער פארטיי סעקרעטערי גענעראל מיככעל גורבאטשאוו האט עטליכע מאל פרובירט צו מאכן עקענאמישע רעפארמס אבער אן ערפאלג. אין 91' ווען אויך רוסלאנד איז געווארן פריי איז די עקענאמיע געפאלן נאך מער צוליב די גענצליכע איבערטויש פון געזעצן און ביזנעס סטרוקטור וועלכע האט געעפענט א נייע וועלט פאר די אונטערגעדרוקטע רוסן. אין יענע צייטן האט באריס יעלצין געווינען פירערשאפט, צוזאגנדיג א בעסערע עקענאמיע, אבער דערווייל איז דידער מצב פיל ערגער געווארן און דאס לאנד'ס דעפיציט האט געהאלטן ביי א פערטל פון די דזש.די.פי. ווען קאמוניזם איז געפאלן אין דעם זעלבן יאר האט יעלצין דורכגעפירט א נייע עקענאמיע רעפארם וועלכע איז באשטאנען פון 4 פונדאמענטאלע פרינציפן:
1) ליבליראזאציע, וואס באדייט אין אנדערע ווערטער פרייהייט צו טאן ביזנעס מיט סיי וואס פאר סיי וועלכע פרייז.
2) פינאנציעלע סטאביליזאציע, וועלכע האט געפאדערט צו שניידן די רעגירונג'ס אויסגאבן אין אלע אומוויכטיגע סעקטארס. מיליטער איז דעמאלט געווען די הויפט אויסגאבע פון די רעגירונג און איז אין עטליכע יאר געשניטן געווארן צו ווייניגער ווי א צענטל, ברענגנדיג א פלוס פון קעש אין די רעגירונג'ס קאסעס.
3) פריוויטיזאציע, די רעגירונג האט פריוויטאזירט אלע קלענערע און מיטלגאטיגע ביזנעסער צו אינדיווידועלע ביזנעס לייט. דאס איז געווען א קלוגע שריט וואס האט אריינגעברענגט אסאך פאנדן פאר פרישע אינוועסטמענטס.
4) אינטערנאציאנאליזאציע, די רעגירונג האט געעפענט אלע אירע טויערן צו די וועלט און געלאדענט יעדן צו טאן ביזנעס מיט איר.
 
אין די ערטשע יארן האט יעדער פרובירט אריינצולייגן א פוס אין ביזנעס אבער זייער אסאך זענען אדורך געפאלן און די רעגירונג האט איינגעזען אז עס איז וויכטיגער צו מאכן "לאנגע-טערמין" אינוועסטמענטס וואס זאל מיט די יארן הייבן די עקענאמיע מיט יסודות'דיגע אינדוסטריס. נאך א פראבלעם איז אויפגעקומען ווען די עקזעקיוטיוון אינערהאלב די רעגירונג און ביזנעס פארשטייער האבן זיך צופיל ארומגעקריגט אויף אזוי ווייט אז יעלצין האט אין 93' אריינגעשיקט מיליטער אין פארלימענט ארויפצוצווינגען די נייע רעפארמען. די קריגערייען האט געשטערט יעדע אפטיילונג פון די רעגירונג און גארנישט איז מעגליך געווען דורכצופירן.
א גוטער ביישפיל איז די רוסישע צענטראלע באנק (אר.סי.בי.). א טייל פון יעלצינ'ס רעפארם פלאן איז געווען איבעצוטוישן די צענטראלע באנק צו א צוויי-רייענשיכט באנק סיסטעם וואס אלע קאפיטיליסטישע לענדער האבן היינט צו טאג וואס קאנטראלירט די פלוס פון געלט אין לאנד און אויך אלע פאליסיס פון אלע קאמערציאלע בענק כדי צו האלטן קאנטראל אויפ'ן דאלאר. אין רוסלאנד זענען א גרויס טייל פון די באנקירן געווען קעגן יעלצינ'ס רעפארם פלאן און האבן געשטערט יעדע נייע זאך. נאך א פראבלעם איז מיטגעקומען ווען די באנק האט נישט געהאט גענוג געלט צו קויפן אלע פארגעשריטענע מאשינען און קאמפיוטערס און אזוי ארום נישט געקענט האלטן געהעריג קאנטראל. נאך א פראבלעם איז געווען אז די בענק האבן נישט געוואלט בארגן קיין געלט פאר ביזנעס אינוועסמענט געברויכן, נאכדעם וואס אסאך ביזנעסער האבן נישט צוריק באצאלט זייערע חובות. די פראבלעמען האבן שרעקליך פארקריפעלט די באנק און די אינפלאציע איז געגאנגען קאטאסטראפע.
 
א סטאטיסטיק פון יאר 00' ווייזט אז רוסלאנד'ס דזש.די.פי. האט נאר דערגרייכט 251.1 ביליאן דאלאר, אין דעם אריינגערעכנט 54 פראצענט פון סערוויס. בלייבט איבער נאר 39 פראצענט (97 ביליאן דאלאר) אין פאבריצירונג (די איבריגע 7 פראצענט גייט פאר ארגיקולטור). מען שאצט אז עס וועט נאך געדויערן א לאנגע צייט ווילאנג רוסלאנד וועט זיך אויפארבעטן איר עקענאמיע צו א סטאנדארטע סטאביליזם.
 
שורה 174 ⟵ 176:
רוסלאנד האט געמאכט גרויסע ענדערונגן אין איר וואלוטע סיסטעם עטליכע יאר נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם. אין די סאוויעט צייטן האבן אלע לענדער אין די פאראיין גענוצט די אלטמאדישע רובל וועלכע מען האט גענוצט אין דעם בעש"ט'ס צייטן. אין 93' האט רוסלאנד געטוישט די אויסזען און געשטעל פון איר רובל און באלד געמאלדן אז אלע אלטע רובל זענען אומגילטיק. דער אקט האט אפגעטיילט רוסלאנד'ס וואלוטע סיסטעם מיט אלע אירע ארומיגע לענדער און איר געגעבן די מעגליכקייט צו קאנטראלירן די צירקולאציע פון די וואלוטע סיסטעם.
ווען די רובל איז ארויס צו די אינטערנאציאנאלע מארקעט איז עס ווערד געווען 1.7 פאר א יו.עס. דאלאר. פרעזידענט יעלצין האט דאס שפעטער געענדערט צו א נייע אויסערן עקסטשעינדזש ראטע וועלכע האט פארלאנגט 450 רובל פאר איין יו.עס. דאלאר. ביז דריי יאר איז עס געפאלן צו 5,000 רובל פער יו.עס. דאלאר. זעענדיג אז עס איז נישט קיין תכלית האט די צענטראלע באנק גענומען די זאך אין די האנט אריין און אנגעהויבן קאנטראלירן די עקסטשעינדזש ראטעס אז עס זאל גיין וועג ארויף. כדי צוצוקומען צודעם האבן זיי כסדר געקויפט רובל און אזוי ארום געהויבן דעם רובל מער און מער. מיט די יארן איז עס טאקע אסאך בעסער געווארן.
 
היינט צו טאג קען א רוסישער קויפן אן אמעריקאנער דאלאר פאר 6.4 רובל.
שורה 203 ⟵ 206:
מיט די קאמוניסטישע געפלאנטע עקענאמיע איז סערוויס נישט געווען פון די וויכטיגסטע זאכן. איינמאל קאמוניזם איז געפאלן האבן אנגעהויבן אויפקומען מיליאנען סערוויס פירמעס און די פרייזן פאר סערוויס איז שטארק ארויף. ביזנעס פארבינדענע סערוויסעס, ווי באנקירונג, פינאנץ, און אינשורענס איז מיטאמאל געווארן איינע פון די וויכטיגסטע אינדוסטריס אין די ביזנעס וועלט און אירע פרייזן זענען געשטיגן מיט 86 פראצענט.
פון די אנדערע זייט זענען אסאך רעגירונג'ס אנגעוויזענע סערוויסעס שטארק געפאלן ווייל די רעגירונג האט נישט געהאט גענוג געלט צו האלטן אלע ארבייטערס. אזעלכע סעקטארס ווי ריסוירטש, העלט, ערציאונג, טראנספארטאציע, און קאמיוניקאציע האבן געמוזט אויפזאגן זייערע לאנג יעריגע ארבייטערס וואס האט פארשטייט זיך עפעקטירט די עקענאמיע און געזונטהייט.
 
 
== טראנספארטאציע ==