אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 311:
אין אויגוסט 2008 האט רוסלאנד אינוואדירט [[גרוזיע]] ביי דער מלחמה אין [[דרום אסעטיע]]. ביי די וואלן אין מערץ 2012 האט מען ווידעראמאל געוועלט [[פוטין]] פאר א קאדענץ 6 יאר. אין פעברואר 2014 איז דאס לאנד געווען דער גאסטגעבער פאר דער ווינטער אלימפיאדע. אין מערץ 2014 האט רוסלאנד אינוואדירט און אנעקסירט די [[אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים]].
 
== עקאנאמיע, רוסלאנד'ס גרעסטע פראבלעם ==
ווען רוסלאנד האט אראפגעשאקלט די קאמוניזם, אזי די הויפט און שווערסט דרוקנדיגער פראבלעם אין דעם נייעם רוסלאנד געווען די עקאנאמיע. ווען די [[פסס"ר]] איז צוזאמענגעפאלן אין 1991 איז די עקאנאמיע געווען אין א געפערליכן מצב. אויסערן רעזערוון זענען געווען אויסגעניצט, פארמינערנדיג די העכסט וויכטיגע אימפארטן, און די אויסגעבונג פון לאנד האט געהאלטן ביים נידעריגסטן שטאפל זינט עס האט אנגעהויבן פאלן אין 1970. [[באריס יעלצין|יעלצינ'ס]] ענטפער צום מצב איז געווען א ספעציעלער פראגראם, וועלכע ער האט אנגערופן "שאק כוואליע", וואס האט געגעבן הנחות פאר אלע ביזנעסער זיי צו ראטעוון פון באנקראט. עס איז קיינמאל נישט געווען א רעגירונג וואס האט אזויפיל ארומגעארבעט אין דער עקענאמיע ווי יעלצינ'ס רעגירונג אין די פריע 90ער יארן.