אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווילנער גאון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיין מתנגדות
שורה 20:
 
== קעגנערשאַפט צו חסידות ==
די באַוועגונג, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורך [[בעש״ט]], די [[חסידות]], האָט אין דער צווייטער העלפט 18טן יאָרהונדערט זיך זייער פאַרברייט און איז צוגעגאַנגען צו [[ליטע]]. דאָס איז געווען דער ווענדפּונקט אין די שוין דאַמאָלסט אָנשטרענגיקע באַציאונגען צווישן חסידות און אָנהענגער פון אַלטן נוסח אשכנז. די ערשטע חסידישע קלויז, פונעם [[קאַרלינער הויף]], איז אויפגעקומען אין ווילנע אין 1772-1771, און 1772 איז אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל אַרום אירע פירער, וואָס זיינען באַשולדיקט געוואָרן אין אַ חילול ה׳ און אַנדערע פאַרברעכונגען. דער גאון אַליין האָט דורכגעפירט דעם משפּט קעגן איינעם פון זיי, וואָס איז אַריינגעלייגט געוואָרן אין חרם. דער משפּט קעגן דעם צווייטן קאַרלינער איז אַריינגעבראַכט צו אַ ברייטער באַטראַכטונג פון דער גאַנצער חסידישער באַוועגונג אַלץ אַ [[הערעזיע]]. די ווילנער רבנים מיט דער אונטערשטיצונג פון גאון האָבן באַשולדיקט די חסידים אין פּראַקטיקירן אומלייטישן אויפפיר, דעם נוצן יידישע ווערטער בעת דאַוונען און נאָך. ס׳איז געפּסקענט געוואָרן צו לייגן חסידים אין [[חרם]] אַריין און אַז אַלע ווערק פון חסידישע מחברים מוזן פאַרברענט ווערן<ref name=Etkes02/><ref name=Katz09a/>.
 
ביזן סוף יאָרהונדערט זיינען נאָך אַ ריי חרמס פּראָקלאַמירט געוואָרן, און די קעגנערשאַפט, די [[מתנגותהתנגדות]], האָט באַרירט אַנדערע ליטווישע קהילות. די ראָלע פונעם גאון אַליין איז אין די געשעענישן געווען אַן אַנטשיידנדיקע, און ס׳זיינען דאָ ראיות, אַז ער פּערזענלעך האָט געפאָדערט האַרבערע מיטלען אין דער ביטערער מלחמה קעגעןקעגן חסידים. נאָך זיין פּטירה האָט די מחלוקת געוואָרן אַ סך רואיקער אין איר גלי<ref name=Etkes02/>.
 
דער קאַמף האָט ניט אָפּגעשטעלט די פאַרברייטונג פון דער חסידות אין ליטע אין גאַנצן, אָבער האָט געהאָלפן אויסצוקריסטאַליזירן ספּעציפיש [[ליובאוויטש|ליטווישע צווייגן פון חסידות|חבד]], מיטן שטאַרקן אַקצענט אויפן תורה־לימוד. ס׳רוב ליטוואַקעס זיינען אָבער געבליבן מתנגדים, און די פיגור פונעם גאון, זיין כאַראַקטער, איז אַ סימבאָל פון ליטווישן יידנטום ביזן היינטיקן טאָג<ref name=Katz09b/>.
 
== זיין דרך הלימוד ==