אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{מדינה|
| נאמען = רוסלאַנד
| שטאַט = רוסלענדישע פֿעדעראַציע
שורה 35:
 
די פֿסס"ר איז אמאל געווען די סימבאל פון [[קאמוניזם]], א פאליטישע סיסטעם אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי פירער האבן געהאט פאליטישע און עקענאמישע קראפט. די רעגירונג האט געאייגענט אלע פירמעס און שטחים, און קאנטראלירט אלע פראדוקציעס, אימפארטן און עקספארטן, און וואס נישט. דער קאמוניסטישער סיסטעם ווערט אויך טייל מאל גערופען די קאמאנד אדער פלאנירטע עקענאמיע. נאך דער פונאנדערפאל פון די סאוויטישע פארבאנד האט רוסלאנד זיך אנגעהויבן אנטוויקלען צו א מער דעמאקראטישע סאסייאיטי, געזעצט אויף אן עקענאמיע פון מעכאניזם און פרינציפאלן. רוסלאנד האט געמאכט עטליכע גוטע ענדערונגן: זי האט איינגעשטעלט א דעמאקראטישע עלעקציע סיסטעם אין אלע טיילן פון די רעגירונג און לעגאליזירט דאס מעגליכקייט צו פארוואלטן לאנד אדער ביזנעס. רוב גרויסע רוסישע ביזנעסער זענען שוין היינט פריוואטיזירט.
ווי מיר שטייען היינט דארף נאך רוסלאנד האבן א גרויסער תיקון און האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז זי וועט זיך קענען פאררעכנען אלס א העכסט מאדערניזירטעמאדערניזירט לאנד אין די יונייטעד[[פאראייניגטע נעישאנספעלקער]]. ביזנעסער, לאנד, און אנדערע אייגנטום איז ווייט פון יושר'דיג צוטיילט לויט די באפעלקערונג צאל. פילע ענווייראמענטל חרבנות זענען נאך פאראן וואס דארפן פאררעכטעט ווערן. אויך א סטאבילע פאליטישע סיסטעם דארף נאך געהעריג דעוועלאפט ווערן וואס זאל פארמישן די סיטיזענס אין לאקאלע, ראיאנישע, און נאציאנאלע געשעענישן, ווי עס איז איינגעשטעלט אין אלע פרייע לענדער.
 
דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט געטוישט אלעמענס לעבנ'ס סטיל. טייל האבן אויפגעלאכטן ווען דאס פרייהייט האט זיי געגעבן די געלעגנהייט צו גיין אין ביזנעס. אנדערע זענען פארביטערט געווארן מיט די אונטערגאנג פון קאמוניזם ווען זיי האבן פארלוירן זייער געלט מיט די אויסנאמישע עקאנאמישע טויש. דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו פרייהייט האט פארמינערט די באפעלקערונג צאל. טראץ וואס טויזענטער מענטשן פון די ארומיגע ראיאנען פון די געוועזענע יו.עס.עס.אר. האבן אימיגרירט קיין רוסלאנד, איז רוסלאנד'ס באפעלקערונג צאל נאר קלענער געווארן צוליב איר קלענסטע לעבנ'ס שפאנונג און נידעריגע געבורט ראטע. (מער וועגן די קאמוניסטישע סיסטעם און איר צוזאמענפאל וועט קומען אינעם ארטיקל אי"ה).
שורה 59:
אינעם גרעיט יוראפיען פלעין וועלכע איז די אייראפעאישע טייל פון רוסלאנד, דאס גרעסטע טייל פון לאנד, איז די ערד איינגעטיילט אויף צוויי. די צפון טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד האט זייער פשוט'ע ערד מיט אסאך טייכן אן קיין שום מינעראלן אדער אנדערע אוצרות. אין קאנטראסט איז די דרום טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד זייער רייך. רוסלאנד'ס גאנצע ארגיקולטור ליגט אין דעם טייל פון לאנד.
מזרח פון די אייראפעאישע רוסלאנד געפפנען זיך די ארעל בערג וועלכע טיילן אפ די אייראפעאישע און אזיע טיילן פון רוסלאנד. די בערג זענען אין אלגעמיין נישט צו הויך (ארום 2,000 פיס) אבער איר העכסטע שפיץ גרייכט א הויכקייט פון איבער 6,000 פיס (ארום 1,800 מעטער).
 
מערב פון די ארעל[[אוראל בערג]] הויבט זיך אן מערב סיביר וועלכע איז די גרעסטע שטח אין די וועלט וואס איז אזוי גלייך. מען רעדט דארט פון איבער 1,000 מייל (1,800 קילאמעטער) פון גלייכע ערד אן קיין שום בערג, א זאך וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ. מערב סיביר פארמאגט אין זיך אסאך אויל און נאטורליכע גאז. צענטראל סיביר, וועלכע געפינט זיך צו מזרח פון מערב סיביר, באשטייט פון זייער שווערע שטחים. עס איז פאראן דארט שווערע בערג און טאלן און שטיינערדיגע ערד. אסאך טיילן פון צענטראל סיביר איז אנגעלייגט מיט וואלקענאו לאווא וועלכע מאכט אויסקוקן די ערד זייער אלט און ארים. ביים מזרח שפיץ פון רוסלאנד געפינען זיך די גרויסע שרעקעדיגע בערג וועלכע גרייכן איבער 10,000 פיס הויך און זענען פיל מיט הונדערטער וואלקענאוס, פון דעם צענדליגער וואס זענען נאך אלץ אקטיוו. דער העכסטער בארג הייסט קליוטשעסאקאיא ספאקע און גרייכט א הויכקייט פון איבער 15,000 פיס.
רוסלאנד'ס גרויסע טייכן געפינען זיך אין סיביר און זענען פון די לענגסטע אין די וועלט. דער גרעסטער טייך איז דער אוב וועלכער לויפט אדורך גאנץ מערב פון רוסלאנד און כינע. דער טייך איז לאנג 3,362 מייל (5,410 קילאמעטער) וועלכע מאכט איר די לענגסטע טייך אין אזיע און אין אייראפע און דער פערטער לענגסטער טייך אין די וועלט. אלע אנדערע ריזיגע טייכן לויפן צווישן די בערגיגע ראיאנען אין סיביר ביז אריין אינעם ארקטיק.
 
רוסלאנד'ס גרויסע טייכן געפינען זיך אין [[סיביר]] און זענען פון די לענגסטע אין די וועלט. דער גרעסטער טייך איז דער אוב וועלכער לויפט אדורך גאנץ מערב פון רוסלאנד און כינע. דער טייך איז לאנג 3,362 מייל (5,410 קילאמעטער) וועלכע מאכט איר די לענגסטע טייך אין אזיע און אין אייראפע און דער פערטער לענגסטער טייך אין די וועלט. אלע אנדערע ריזיגע טייכן לויפן צווישן די בערגיגע ראיאנען אין סיביר ביז אריין אינעם ארקטיק.
דורכאויס די סאוויט יוניאן צייטן זענען די רוסן געווען פארנומען מיט בויען הונדערטער דאמבעס פאר עלעקטריק קראפט און וואסער פלאס קאנטראל. די רוסן האבן אבער נישט גוט געבויט די דאמבעס און האבן נישט איבערגעלאזט די ספעציעלע לייטערס וואס מען מאכט אדורכצולאזן פיש אויף די אנדערע זייט. אזוי ארום האט זיך אלע פיש אויסגעליידיגט פון די באוואוינטע געגענטער.
 
שורה 66 ⟵ 68:
=== גרעניצן, ערד, וועלדער, חיות און בהמות ===
ווייל רוסלאנד איז דידאס גרעסטע לאנד אויף דידער וועלט האט זי די לענגסטע וואסער גרעניץ ליניע. איר וואסער גרעניץ ליניע לויפט אויף א שטרעקע פון 23,400 מייל (37,650 קילאמעטער) מערסטענס ביים ארקטיק און פאסיפיק אקעאנס. אויך לויפט עס אדורך דעם שווארצן ים און דעם קעספיען ים. כאטש רוב פון אירע וואסער גרעניץ ליניע'ס ליגן אין וואסערן וואס זענען פארפרוירן אויף עטליכע מאנאטן אינעם יאר, טוט איר שיפינג פארנעמען פלאץ אויף אלע אירע וואסערן.
וויבאלד א גרויסע טייל פון רוסלאנד איז שטארק אויף צפון פון די וועלט איז דארט כמעט נישט פאראן קיין געוויקסן ווייל אין די ווינטער ווערט די ערד פארפרוירן זייער טיף אראפ וואס לאזט נישט וואקסן קיין זיסע פרוכט אדער גרינצייג. א גרויס טייל פון די בערג זענען פאלאר ראיאנען וואס זענען באדעקט א גאנץ יאר מיט שניי און דארט וואקסט גארנישט.
רוסלאנד'ס וועלדער, רוב פון זיי אין סיביר, באדעקן מער ווי צוויי פינפטלעך פון דאספונעם לאנד און ציילט נאנט צו א פערטל פון די וועלט'ס סך הכל וועלדער ראיאנען. די וועלדער זענען צוטיילט און צוויי טיילן: אינעם צפון טייל באשטייט עס פון ממש איין גרויסע וואלד אן קיין איבערהאקונג און האט נאר איין ערליי בוים וואס רופט זיך קאניפערוס און ווערט גענוצט פאר סאפטוואוד לאמבער. מען האט שוין אסאך ביימער פון דארט אויסגעהאקט אבער עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט זיך אמאל ענדיגן. די ביימער זענען קליין און ליגן שטארק צושפרייט איינע פון די אנדערע. אויף טייל ערטער איז אינגאנצען נישט פאראן קיין ביימער ווייל עס קומט צו ווייניג וואסער. אנשטאט איז דא הויכע גראז און אנדערע ווילדע געוויקסן. די דרום טייל באשטייט פון עטליכע וועלדער וואס האבן געמישטע ביימער גענוי ווי מיר זעען אין די ערטער ווי מיר גייען אין די קאנטריס.
רוסלאנד האט נישט צופיל מינים ווילדע חיות אבער פון וואס זי האט יא האט זי בשפע. אין די צפון ראיאנען געפינען זיך ווייסע פאלאר בערן, ים-הונט, ים-פערד, האזן, מיט נאך עטליכע קלענערע חיות נישט גרעסער ווי קעץ. ווי אויך געפינען זיך דארט אסאך פייגל וועלכע זענען פארנומען כאפן פיש פון וואסער צום עסן. אין די אייראפעאישע טיילן פון רוסלאנד געפינען זיך אסאך וועלף, פוקסן, מינקס, וואלד-חזירים, און הערשן. אויך אסאך מינים שלענג קריכן דארט ארום. אין די נידעריגערע טיילן פון סיביר געפינען זיך די באקאנטע סיביר טייגער, דער גרעסטער קאץ אין די וועלט. טייל פון די דערמאנטע חיות זענען אין געפאר צוליב זייער זעלטנהייט אויף וועלכע די פאנגער פארלייגן זיך.
 
שורה 103 ⟵ 105:
רוסלאנד'ס סך הכל באפעלקערונג איז געשאצט געווארן אין יאר 02' אויף 144,978,570, מאכנדיג עס דאס זעקסטע אנגעפילטסטע לאנד נאך [[כינע]], [[אינדיע]], די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[אינדאנעזיע]], און [[בראזיל]]. זינט דער צוזאמענפאל פון [[סאוועטן פארבאנד]] איז די אימיגראציע ראטע קיין רוסלאנד געשטיגן צו מער וויפיל עס האבן פארלאזט רוסלאנד. וויאזוי אימער, איז אבער רוסלאנד'ס נאטורליכע וואוקס פון איר באפעלקערונג נעגאטיוו וויל איר געבורט ראטע שטייט ביי 9.7 פער טויזנט מענטשן אבער איר טויט ראטע שטייט ביי 13.9 פער טויזנט מענטשן, דאס טייטש אז מער מענטשן זענען געשטארבן ווי געבוירן.
 
רוסלאנד איז דידאס איינציגסטע אינדוסטריאליזירטע לאנד וועלכע'ס דעמאגראפישע וואוקס איז נידעריגער ווי אין אירע פריערדיגע יארן. דאס איז ווייל, ווי געזאגט, איז איר סביבה זייער נישט גוט און איר העלט קעיר סיסטעם ווערט קלענער און קלענער ווייל עס איז דא א מאנגל אין געלט. אין די לעצטע צוויי יאר איז דער דורכשניטליכער לעבנ'ס שפאן ראטע געשטיגן, פונדעסטוועגן איז איר היינטיגע מענער לעבנ'ס שפאן ראטע ביי 62 יאר, היבש נידריגער ווי אין 94' ווען עס איז געשטאנען ביי 64. די לעבנ'ס שפאן ראטע פאר פרויען איז געפאלן פון 74 צו 73 יאר.
 
די סך הכל באפעלקערונג געדיכטקייט איז 22 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (8 איינוואוינער פער קוואדראט קילאמעטער), אבער אין אמת'ן איז עס שטארק געוואנדן לויט דעם ראיאן און קען נישט גערעכנט ווערן אלס דורכשניטליך. רוב מענטשן וואוינען אינעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד (ווערט אנגערופן די פערטייל טרייענגל, וואס נעמט אריין די שטח פון די מערב גרעניץ זייט ביז די ארעל מאונטענס, אדער מערב סיביר) וואו עס איז פיל געדיכטער ווי אויבנדערמאנט. בעפאר די צווייטע וועלט קריג און אויך נאכ'ן קריג האבן זיך אסאך אימיגראנטן זיך באזעצט אין רוסלאנד'ס מזרח טייל, וועלכע נעמט אריין די פרעסטיגע סיבירישע ראיאנען. די סאוויעטישע רעגירונג האט עס זייער שטארק געקוראזשט. אין די לעצטע יארן איז עס אבער צוריק אויסגעליידיגט געווארן ווען מאסן האבן זיך אריבעגעצויגן צו מערב.
שורה 117 ⟵ 119:
== עטניק גרופעס, שפראך, און רעליגיע ==
 
רוסלאנד האט די גרעסטע אויסוואל פון עטניק גרופעס אבער מאכן נישט אויס מער ווי 18 פראצענט פון דעם סך הכל באפעלקערונג צאל. די דריי גרעסטע עטניק גרופעס וועלכע מאכן אויס מער ווי איין פראצענט פון די באפעלקערונג זענען: טאטארס (פון אזיע) מיט 3.8 פראצענט, אוקריינעיענס מיט 3 פראצענט, און טשאוואש (א געמיינדע אין מזרח רוסלאנד) מיט 1.2 פראצענט. אנדערע מינאריטעטן זענען: בילארוסיענסבעלארוסן (א קליין לאנד אין אייראפע), דייטשעןדייטשן, באשקירס (א רוסישע מוסולמענער גרופע), אידן (ווערן פאררעכנט אלס אן עטניקעטנישע גרופע אין רוסלאנד) און נאך צענדליגער קלענערע. פון אלע עטניקעטנישע גרופעס האבן 32 גרופעס זייערע אייגענע טעריטאריעס וואו זיי האלטן זיך צוזאמען. אין די לעצטע עטליכע יאר האט עס אביסל אנגעהויבן אויסוועפן ווען אסאך עטניקס האבן זיך אריבעגעצויגן צו די גרעסערע שטעט אדער אנדערע ראיאנען.
אגב, די אפיציעלע אידישע ראיאנען וואס די קאמוניסטישע רעגירונג האט געשענקט פאר די אידן צו וואוינען איז די איינציגסטע עטניק ראיאן וואס איז באזעצט מיט אנדערע עטניקס ווייל די אידן האבן ליבערשט אויסגעקליבן צו בלייבן אין זייערע דעמאלטדיגע וואוין ערטער. די אידן האבן פארלאזט רוסלאנד דורכאויס די סאוויעט צייטן צוליב די שוועריקייטן צו האלטן אידישקייט.
רוסיש איז דאסדעם לאנד'ס אפיציעלע און מערסט גענוצטע שפראך אין ביזנעס, רעגירונג, און אין שולעס. די עטניק גרופעס האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן, אבער אינגאנצען 4.5 פראצענט פון זיי קענען נישט קיין רוסיש. די איבעריגע עטניקס זענען ביילינגיול (צוויי-שפראכיג). טייל עטניק ראיאנען האבן דערקלערט אפיציעלע עטניק שפראך ראיאנען, אבער מיליאנען נישט-רוסישע האבן אדאפטירט רוסיש אלס זייער מאמע-לשון. אלעס צוזאמען ווערט גערעדט איבער הונדערט שפראכן אין רוסלאנד אבער מען קען דאס זעלטן הערן ווייל די סאוויעטן האבן גוט אריינגעבאקן די רוסישע שפראך אין יעדן.
דורכאויס די סאוויעט צייטן איז רעליגיע געווען פארבאטן און די רעגירונג האט קאנטראלירט אלע רעליגיעזע אינסטיטוטן. אין די שפעטע 980' יארן האט די רעגירונג אביסל אנגעהויבן גרינגער מאכן אירע פאליסיס בנוגע רעליגיע און אין 990' האט זי געשענקט נאכמער פרייהייט. מיט'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם אין 991' איז רעליגיע געווארן 100 פראצענט פריי און עס האבן זיך באלד אנגעהויבן וועבן רעליגיעזע גרופעס וועלכע האלטן אן זייערע טראדיציאנאלע רעליגיע'ס.
די גרעסטע טייל רוסן זענען קריסטליכע גלויביגע אבער זענען נישט צופיל פארנומען מיט זייער רעליגיע און גייען ווייניג צו א געבעט-הויז. די צווייטע גרעסטע רעליגיעזע גרופע אין לאנד זענען די מוסולמענער וועלכע האבן זיך זייערע עייגענע ראיאנען אין דעם וואלגע טייך ראיאן. אנדערע באקאנטע רעליגיעזע גרופעס זענען: קאטויליקן, פראטעסטאנטן, און, להבדיל, אידן. די קאטויליקן און פראטעסטאנטן האבן זיך אויך זייערע געגענטער אבער די אידן וואוינען צושפרייט אין גאנץ רוסלאנד נאך היינט צו טאג.
שורה 137 ⟵ 139:
== סאציאלע סטרוקטור ==
 
דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן כמעט אלע איינוואוינער פארדינט אייניג און נאר די קאמוניסטישע פארטיי מיטגלידער האבן גענאסן פון לוקסזעריע פריווילעגיעס ווי: באזונדערע געשעפטן, אויטאס, האטעלן, און רעזארט ערטער וואו נאר די עליטע פאליטישע האבן געוויילט. צו האבן אן אייגענע ביזנעס וואס קען גרעסער ווערן און אריינברענגן מער רווחים פאר'ן איינגעטומער איז געווען פארבאטן. די רייכסטע מענטשן אין לאנד האבן פארדינט נישט מער ווי 4 מאל אזויפיל ווי די ארימסטע. שטעלט אייך פאר אזא שפיל אין אמעריקע אז דער ארימסטער פארדינט 300 דאלאר א וואך און דער רייכסטער 1,200... נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז די הויפט אישו ביי יעדן געווען ביזנעס. ביז אין די ענדע 90'גער יארן האבן די רייכסטע שוין פארדינט 15 מאל אזויפיל ווי די ארימסטע. נאך אלץ גארנישט. די אמת'דיגע רייכסטע אין רוסלאנד איז נאך ביז היינט די רוסישע מאפיא וועלכע איז זייער מאכטפול סיי אין רוסלאנד און אויך אין מערערע לענדער אין דידער וועלט.
 
די ערשטע שריט וואס די רעגירונג האט געטאן ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן איז געווען, צו פריוואטיזירן אלע הייזער וואס האט געגעבן א מעגליכקייט פאר יעדן אפצוקויפן זייערע הייזער פון די רעגירונג פאר א שפאט ביליגן פרייז. אזוי אז מען האט נישט מער געדארפט באצאלן רענט פאר א הויז האט מען געהאט די מעגליכקייט איינצושטעקן געלט אין ביזנעס. אין די ערשטע יארן זענען אסאך מענטשן געווארן מיטל-קלאס פארדינער א דאנק דעם.
 
היינט צו טאג איז שוין אסאך בעסער. עס זענען שוין פאראן גרויסע ביזנעסער וואס גיבן ארבעט פאר מערערע מענטשן און טייל פון זיי מאכן שיין געלט. דאס אלעס איז אבער נאר אין די גרויסע שטעט ווי ביזנעס ווירבעלט. אין די קליינע ראיאנען פארדינט מען פרוטות. רוב זענען דארט ארים און אפילו די וואס ווערן פאררעכנט אלס מיטל-קלאס פארדינען קוים עפעס.
 
שורה 176 ⟵ 180:
 
די כסדר'דיגע עקענאמישע רעפארמ'ס האט שטארק עפעקטירט די לעיבאר קראפט אין רוסלאנד. לויט אפיציעלע רעגירונג'ס באריכטן האבן 75.3 מיליאן מענטשן געהאט א דזשאב אין יאר 90'. אין 94' האבן די באריכטן געוויזן אז עס איז געפאלן צו 68.7 מיליאן מענטשן. אויך די צאל ארבייטער פער עקענאמישער סעקטאר האט זיך געטוישט. אין 90' האבן 42 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט געארבעט אין אינדוסטרי. אין 94' איז עס געפאלן צו 35 פראצענט. אין ריטעיל איז פארקערט עס הייבט זיך יעדעס יאר. די סערוויס סעקטאר איז שטענדיג געווען ביי ארום 20 פראצענט.
רוסלאנד'ס עקענאמישער פאל האט געמאכט אנעמפלאוימענט א ערנסטע פראבלעם ווייל די רעגירונג האט נישט גענוג געלט צו צאלן די אינשורענס און ווייניג מענטשן שרייבן זיך בכלל איין אלס אנעמפלאויט ווייל מען באקומט מער בענעפיטן אלס אן ארבייטער, ווי האוזינג, סאציאלע אינשורענס, וואס ווערן קאנטראלירט דורך פריוואטע פירמעס און נישט דורך לאקאלע רעגירונגן ווי אין אמעריקע. א גרויסע טייל וואס האבן נישט קיין דזשאב זענען איינגעשריבן אלס ארבייטער נאר וועגן די בענעפיטן וואס מען האט דערפון. ארום 9.7 פראצענט פון דאסדעם לאנד זענען אפיציעל אנעמפלויאט אבער די ראטע שטייט פיל העכער ווי דעם וועגן די אויבנדערמאנטע פראבלעם. דאס וואוינען סטאנדארט איז זייער שוואך ווייל מען פארדינט ווייניג און מען באקומט דאס געלט שפעט. א געווענליכער רוסישער ארבייטער פארדינט די ווערד פון 5,500 יו.עס. דאלאר פער יאר.
 
 
שורה 182 ⟵ 186:
פאבריצירונג איז געווען א וויכטיגע פראיאריטי אין די סאוויעטישע רוסלאנד ווייל א גרויס טייל פון פאבריצירונג איז געווען וויכטיג פאר מיליטערישע באנוץ. רוסלאנד זעלבסט האט געהאט 60 פראצענט פון פאבריצירונג אין די יו.עס.עס.אר., רוב דערפון אין מערב רוסלאנד און אויף די ארעל מאונטענס. קוילן און גאזאלין איז יא געווען פארשפרייט אויף מערערע ערטער אין לאנד, אריינגערעכנט מערב סיביר וועלכע האט פארנומען א גרויסע פארציע.
רוסלאנד איז שטענדיג געווען ווי א וועלט פאר זיך צוליב דעם וואס זי איז געווען קאמוניסטיש און האט נישט געוואלט האנדלןהאנדלען מיט קיין איין פרייע לאנד. זי האט פאבריצירט אלעס אליינס אנגעהויבן פון קאמפיוטערס ביז לאקאמאטיוון. אויטאמאבילן, ארגיקולטור מאשינען, ספעס שאטלן, ראקעטן, און מיליטערישע וואפן. אין אייזן איז רוסלאנד פון די גרעסטע און מאכט די מערסטע ערליי אייזן. אין עראספעס און אין דעפענס וואפן איז רוסלאנד היבש פארגעשריטן טעכנאלאגיש. אבער אין סך הכל איז זי צוריקגעבליבן אין פאבריצירונג קעגן אנדערע לענדער וואס זענען האלב אזוי גרויס ווי איר. אין די יארן צווישן 90' און 96' ווען עטליכע רעפארמען האבן צוגרונד געלייגט די רוסישע עקענאמיע ווי פריער דערמאנט, האט די פאבריצירונג סעקטאר געליטן צום מערסטן מיט'ן אויסנאם פון אייזן וועלכע האט זיך שטענדיג גוט פארקויפט אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט. אויך די טעקסטייל אינדוסטרי איז ממש געגאנגען א גאנג און מען אנגעהויבן צו אימפארטירן פון אייראפעאישע לענדער פאר פיל ביליגער. מען שאצט אז אזוי סאך ווי 90 פראצענט אנצוגן מיט וועלכע די רוסישע דרייען זיך ארום זענען געמאכט פון אימפארטירטע סחורה.
אין אלע ערליי גרובונגן איז רוסלאנד גרויס. אין גאלד, זילבער, דיימאנטן, בליי, און קופער איז זי פון די פינף גרעסטע אין די וועלט. זי איז די גרעסטע אין ניקעל און די צווייטע גרעסטע אין עלומינעם וועלכע ווערן ארויסגעגראבן אין דעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד, ספעציעל ארום די שטאט סעינט פיטערסבורג. אויסער אלעם האט רוסלאנד די גרעסטע רעזווארן פון גאזאלין און קוילן גענוג צו סופלייען די וועלט פאר הונדערטער יארן ווי מיר האבן דערמאנט אינעם אריינפיר פון דעם ארטיקל.
ווי באקאנט האט רוסלאנד קיינמאל נישט אכט געגעבן אויף דאס געזונט פון אירע בירגער וועלכע דערקענט זיך שטארק אין די פאבריצירונג סעקטאר. מען ארבעט דארט אונטער די אינטערנאציאינאלע סטאנדארטן און טויזענטער ווערן אנגעשטעקט מיט די ערגסטע קרענק. נישט קיין וואונדער אז די לעבנ'ס-שפאן איז דארט אזוי נידעריג...
שורה 193 ⟵ 197:
רוסלאנד איז א גרויסע פאבריצירער פון לאמבער און האלצענע פראדוקטן. רוב געהילץ וועלדער געפינען זיך אין צוויי דערנעבענדיגע וועלדער אין צפון-מזרח פונעם אייראפעאישן רוסלאנד און א קלענערע טייל אין דרום סיביר. די סאוויעטישע רעגירונג האט נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער אכט צו געבן אויף איינע פון די וויכטיגסטע אוצרות וואס איר לאנד פארמאגט און אסאך ביימער זענען אויסגעטריקענט געווארן און איינגעפאלן אין די ווינטער. היינט צו טאג ווערן די וועלדער גוט געהיטן און אפילן די אלטע ביימער האבן שוין צוריק אויפגעלעבט.
די שפע פון געהילץ איז שטענדיג געווען גוט אבער נישט אייביג האבן די רוסן געמאכט געלט דערפון. ווען אימער די עקענאמיע איז נישט געווען אויף די גוטע רעלסן איז נישט געווען קיין געלט צו שיקן די סחורה קיין אויסלאנד און מיט אן איבערפלוס פון האלץ איז די מארקעט שטארק געפאלן.
די פישינג אינדוסטרי איז פון די גרעסטע אין די וועלט. אפילו אין רוסלאנד'ס שווערסטע צייטן איז פישינג געשטאנען די פערטע גרעסטע אין די וועלט. רוסלאנד גיט היינט ארויס א פערטל פון די וועלט'ס פרישע און געפרוירענע פיש און א דריטל פון געקענטע פיש. אלע פיש פלעגן אמאל געפאנגען ווערן אין טייכן און לעיקסאזערעס אין לאנד. היינט צו טאג האבן די רוסן א ריזיגע נעטווארק פון פיש כאפן אין די צוויי גרויסע אקעאנען מיט הונדעטער שיפן.
 
=== סערוויסעס ===
שורה 204 ⟵ 208:
 
די סאוועטן האבן געהאלטן פאר וויכטיג צו פארברייטערן טראנספארטאציע פאר ביזנעס באנוץ אבער האבן עס קיינמאל נישט באטראכט פאר א סערוויס וואס קען ברענגען געלט און האבן צוגעשטעלט טראנספארטאציע פאר ממש בחינם, אבער נאר אין די ראיאנען וואס האבן פארמאגט ביזנעסער. עס איז אויסגעקומען אז די אייראפעאישע רוסלאנד האט געהאט גוטע טראנספארטאציע און סיביר האט כמעט גארנישט געהאט. אין גענעראל האט רוסלאנד זייער שוואכע טראנספארטאציע קעגן אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער.
רעילראודס פארנעמען די גרעסטע טייל אין רוסלאנד'ס ביזנעס טראנספארטאציע און ווייל דאס לאנד איז אזוי גרויס האט זי די צווייט מערסטע רעילראודס אין די וועלט מיט א סך הכל פון 53,400 מייל (86,000 קילאמעטער). ארום א דריטל רעילראודס ווערן שוין היינט נישט באנוצט. די פארנומענסטע רעילראוד געפינט זיך אין מערב סיביר וואו עס פארט אפטמאל א באן יעדע 3 מינוט. אלע רעילראודס זענען קאנטראלירט דורך די רעגירונג. אויך פאר פאסאזשירן פארנעמען די רעילראודס האלב טראנספארטאציע, כאטש באסעס איז שטארק אויפגעכאפט פאר טרעוועל אין לאנד און פליגערס פאר אינטערנאציאנאלע רייזעס. די רוסישע רעגירונג שטיצט שטארק די רעילראוד סיסטעם וועלכע איז די ביליגסטע טראנספארטאציע, אנדערש ווי אנדערע לענדער וועלכע פארלאזן די רעילראודס מער און מער און נוצן באסעס, אויטאס, און טראקס כאטש עס איז פיל טייערער אויפצוהאלטן געווענליכע ראודס ווי רעילראודס. טראקס פארנעמען נאר 5 פראצענט פון קאמערציאלע שיפינגשיפעריי.
 
אלס דידאס גרעסטע לאנד אין די וועלט וואלט רוסלאנד געברויכט האבן די מערסטע ראודס אבער איז למעשה די זעקסטע אין די רייע מיט 330,814 מייל (532,000 קילאמעטער) פון ראודס. נאר 67 פראצענט פון אלע ראודס זענען געפלאסטערט און נאר צו 60 פראצענט שטעט און ווילעדזשעס קען מען צוקומען דורך געפלאסטערטע ראודס. ווייניג מענטשן פארמאגן דארט אויטאס ווייל עס עקזיסטירט נישט דארט אזא מין זאך ווי באקומען קרעדיט פון א באנק, און צו גיין באצאלן די פולע פרייז פון אן אויטא איז אוממעגליך פאר א מיטל פארדינער. פון יעדע 1,000 איינוואוינער פארמאגן 120 מענטשן אן אויטא.
וואסער וועגן ווערן אויך אסאך גענוצט פאר טראנספארטאציע. עס איז באוואוסט דער וואלגע טייך אלס דער גרעסטער וואסער-וועג אין לאנד וועלכע איז אויסטערליש לאנג און איז פארבינדן מיט צענדליגער קליינע קאנאלן און טייכן וואס צוזאמען גרייכן זיי כמעט אלע שטעט וואו עס איז פאראן ביזנעס.
 
אין די סאוויעט צייטן איז אינגאנצן געווען איין עירליין, "עראפלאט", וועלכע האט סערווירט דאס גאנצע לאנד, האלטנדיג א שטארקע מאנאפאלי פאר צענדליגער יארן. עראפלאט איז נאך היינט פעסט אין ביזנעס אבער זי האט מער נישט די מאנאפאלי ווייל עס זענען שוין פאראן עטליכע פרישע עירליינס. אירע צוויי גרעסטע קאנקורענטן זענען "וואנאקאווע עירליינס" און "טרענסערא". ביז אין די 80'גער יארן האבן ווייניג מענטשן ווען אמאל זיך ארויפגעזעצט אויף א פליגער. דאס האט זיך אבער שטארק געטוישט ביי די ענדע פון די קאמוניסטישע יארן און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן, הייבנדיג זיך אין ווייניגער פון 10 יאר מיט איבער 1,500 פראצענט. פון אלע ערליי טראנספארטאציע ציילט לופט רייזעס אן אכטל.
 
שורה 228 ⟵ 234:
== אויסערן עקענאמישע פארבינדונגען, האנדל, און אינוועסטמענטס ==
 
נאך דער צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. האבן רעפארמער אין יעלצין'ס פארטיי איינגעזען פאר וויכטיג צו פארבינדן רוסלאנד'ס עקענאמיע מיט גלאבאלע עקענאמיע צו באקומען פינאנציעלע הילף פאר מארקעט רעפארמען. רוסלאנד'ס הויפט פראבלעם איז דעמאלט געווען אירע נאציאנאלע חובות וועלכע עס איז אוממעגליך געווען אליין צו באצאלן אין יענע שווערע צייטן. אין די ערשטע עטליכע יאר האט זי טאקע כמעט גארנישט באצאלט ביז עס איז איר געלונגען אין 96' צו באקומען א לאנגע טערמין ווידער-באצאלונג דורך צוויי קרעדיטערס פון [[פאריז]] און פון לאנדאן.
א דאנק איר גלאבאלע עקענאמישע פארבינדונג האט רוסלאנד אנגעהויבן באקומען הילף פון די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד (איי.עם.עף.). אין 94' האט זי באקומען 1.5 ביליאן דאלאר. אין 95' 5.5 ביליאן דאלאר. און אין 96' 2.9 ביליאן דאלאר. אויסער דעם האט אמעריקע מיט דייטשלאנד געבארגט פאר רוסלאנד 2.4 ביליאן דאלאר אין 96'. כדי צו פארגרינגערן די עקענאמיע און אזוי ארום געשטיצט יעלצין'ס פארטיי זי זאל געווינען די דעמאלטדיגע וואלן.
 
רוסלאנד'ס עקענאמישע מוסטער האט זיך דראמאטיש געטוישט זינט זי איז געווארן אויס קאמוניסטיש. אין די יארן פון די קאלטע קריג (ענדע 40'גער יארן) האט די יו.עס.עס.אר. געפירט אלע אירע אויסערן האנדל נאר מיט אנדערע קאמוניסטישע לענדער און האט פרובירט צו מאכן א בלאק פון קאמוניסטישע לענדער אין אייראפע און אזיע וואס זאלן זיין 100 פראצענט זעלבשטענדיג אין עקענאמיע פון די מערב לענדער. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר קנאפע 20 יאר ווען רוסלאנד האט איינגעזען אז צו צוקומען צו מער טעכנאלאגיע וועט זי יא מוזן עפעס האנדלן מיט די מערב לענדער. נאך אלץ איז צוויי דריטל האנדל געבליבן מיט די קאמוניסטישע לענדער און אלעס איז געווען מיט'ן זעלבן פלאנירטן וועג ווי די גאנצע קאמוניסטישע עקענאמישע סיסטעם איז געגאנגען.
 
ווען די יו.עס.עס.אר. איז צובראכן געווארן האט זיך אלעס געטוישט. רוסלאנד'ס אויסערן האנדל איז רעדוצירט געווארן ביז א דריטל און אויך אימפארטן איז געפאלן מיט האלב. דאס ביסל האנדל און אימפארטן האט גענומען גאר אן אנדער ליניע וועלכע האט גענויגט צו די מערב לענדער. ביז עטליכע יאר האבן אלע מערב האנדל געציילט דריי פינפטלעך פון איר סך הכל האנדל אויסער די געוועזענע יו.עס.עס.אר. טעריטאריע און די האנדלן מיט די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער איז געפאלן ביז צו א צענטל. אפילו מיט רוסלאנד'ס געוועזענע אינערליכע עמפייער האט זי אפגעלאזט מער ווי האלב האנדל אחוץ מיט אוקריינא און בילארוס. דייטשלאנד פארנעמט היינט 13 פראצענט פון רוסלאנד'ס האנדל, דערנאך קומט די פאראייניגעטע שטאטן און איטאליע. אין 98' איז רוסלאנד'ס געווארן א מיטגלידער אין די אזיע-פאסיפיק עקענאמיק קאאפאראציע (אפע"ק) ארגאניזאציע.
 
צוביסלעך האט רוסלאנד פארלוירן קאנטראל אויף אלע אימפארט און עקספארט שטייערן זייענדיג אונטער שטארקע דרוק פון די איי.עם.עף. וועלכע האט איר געצווינגען צו טוישן אירע פאליסיס. די אייניציגסטע זאכן וואס איז יא געבליבן אונטער רוסלאנד'ס קאנטראל איז וואפן און אנדערע פארטיידיגונגס פארבינדעטע געצייג. פון 91' ביז 96' האט רוסלאנד געהאט א גוטע באלאנס אויף אירע אויסערן האנדלן וועלכעס עקספארט סורפלוס איבער אימפארט האט דערגרייכט מער ווי 5 פראצענט פון דאסדעם לאנד'ס דזשי.די.פי. (גראוס[[ברוטא דאמעסטיקאינלענדישער פראדאקט)פראדוקט]], אין יענע צייטן איז עס געווען די העכסטע האנדל סורפלוס אין דידער וועלט. די גוטע האנדל יארן זענען אבער נישט לאנג פארבליבן ווייל פילע אומלעגאלע אימפארטן און א פלוס פון שמוגלערייען אויף ארויס האבן אנגעהויבן פלאגן דאס לאנד.
 
 
שורה 309 ⟵ 318:
צוויי יאר דערויף האבן די אפאזיציע פארטייען, די קאמוניסטן און די נאציאנאליסטן, געוואונען די מאיאריטעט אין די לעגיסלאטור וועלכע איז געווען א שטער פאר יעלצין. די אפאזיציע שטארקייט האט געוויזן אז דאס לאנד איז סקעפטיש איבער זייער מצב און ווילן צוריק קאמוניזם. צום מזל האט יעלצין געוואונען די וואלן, האבנדיג די הילף פון די מידיא (די מידיא איז שטענדיג געשטאנען אויף יעלצין'ס זייט) און פון די אליאירטע לענדער. אמעריקע אליינס האט אריינגעשטעקט מיליאנען דאלארן אז יעלצין זאל געוואונען די וואלן.
רוסלאנד'ס עקענאמיע האט זיך אבער נישט גערירט פון פלאץ און באשולדיגונגען זענען געווארפן געווארן פון איינעם צום צווייטן. אין 98' האט יעלצין אומערווארטעט אויפגעשאקלט די פארלימענט און אויפגענומען א דריטל נייע מיניסטארן. יעלצין האט אבער מער נישט געזען קיין גוטע טעג. ער איז קראנק געווארן אויפ'ן הארץ און האט מער נישט געקענט אנגיין מיט אלע זיינע פליכטן. יעלצינ'ס אויסערן מיניסטער, יעווגעני פרימאקאוו, האט איבערגענומען א טייל פון יעלצינ'ס ארבעט אבער יעלצין האט אים געטראסקעט נאך א יאר, באשולדיגנדיג אים אויף די פארשלאפענע עקענאמיע. אנשטאט פרימאקאוו האט יעלצין געקליבן זיין אינערליכע מיניסטער, סערדזשי סטעפאשין, וועלכער איז געווען שטארק לאיאל צו יעלצין.
 
אויך סטעפאשין האט נישט מאריך ימים געווען אין אפיס און יעלצין האט אים אויפגעזאגט אין א פארלימענט אויפשאקלונג. יעלצין האט דאן אויפגענומען ווילאדימיר פוטין וועלכער איז דעמאלט געווען דער הויפט פון רוסלאנד'ס אויסערן שפיאנאזש אגענטור (עס-ווי-אר). פוטין,היינט פרעזידענט פון רוסלאנד, איז געווען א וועטארן קעי-דזשי-בי אפיציר וועלכער האט איבערגעלעבט אלע רעגירונג אויפשאקלונגן און האט געפינען חן אין יעלצין'ס אויגן, וועלכער האט אים געהאט באשטימט אלס די עס-ווי-אר'ס הויפט. פוטין האט באלד געמאלדן זיין דעטערמינאציע צו דערשטיקן די רעבעלן אין טשעטשניע און מיט דעם ערהאלטן אסאך שטיצע אין לאנד. זעענדיג אז פוטין איז פאסיג אויף זיין פאזיציע, האט יעלצין געמאלדן די פארלימענט אז ער וויל פוטין זאל אים ערזעצן ווען זיין טערמין וועט אפלויפן אין יולי 00'.
יעלצין האט פלוצלינג רעזיגנירט פון זיין אמט אין דעצעמבער 99' און באשטימט פוטין אלס זיין סוקסעסאר. יעלצין האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די אפיס צו מאכן פלאץ פאר א יונגערע דור פון פאליטישע פירער. די פריע רעזיגנאציע פון יעלצין, וועלכע איז מעגליך אויך געווען צוליב געזונטהייט סיבות, האט געגעבן די געלעגנהייט פאר פוטין צו פארשטארקן זיין שטיצע אינערהאלב דאסדעם לאנד. פוטין האט שפעטער געוואונען זיין בענקל פאר א פולע טערמין אין די פעדעראלע עלעקציע וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין מערץ 00'. פוטין האט אריינבאקומען 53 פראצענט פון די שטימען וועלכע איז געווען א גרויסע נומער אין רוסלאנד.
אין די אנהויב פון דעם 21'סטן יאר-הונדערט האט די קאמוניסטישע פארטיי אנגעהויבן מער אונטערצופאלן אבער די רעגירונג איז נאך אלס צו שוואך אויפצולעבן די עקענאמיע. פוטין איז היינט א שטארקע פירער מיט א שטארקע שטיצע אין אלע עקן פון לאנד און איז ווערט אויך באטראכט אלס א נענטערע פריינט מיט די אליאירטע לענדער. פוטין האט דערווייל געפירט רוסלאנד צו שטאפלן וואו זי האט קיינמאל בעפאר נישט דערגרייכט.
די שווערע פאליטישע סצענעס אין לאנג יעריגע קאנפליקטן האט געפירט צו א שטארקע פארלאנג איינצושטעלן פראוויציאנאלע רעגירונגן מיט גאווערנערס אין יעדע שטאט. דער באגריף איז ווארים אויפגעצויגן געווארן אין די לעצטע צוויי יאר אין א לאנד וועלכע'ס היסטאריע איז געווען צו אנגעוויזן אויף די צענטראלע רעגירונג און די אינדיווידועלע וועלכע האבן איר דאמינירט.
שורה 318 ⟵ 328:
 
פון ווען אן רוסלאנד איז געווארן "רוסלאנד" האבן אסאך אידן שוין געוואוינט דארט אין קליינע גרופעס. די ערשטע דראסטישע פארמערונג איז געווען אין די אנפאנג יארן פונעם 17'טן יאר-הונדערט ווען עטליכע הונדערט טויזענט אידן פון פוילן האבן זיך אריינגעריקט קיין רוסלאנד און געווארן א טייל פון די רוסישע באפעלקערונג. דער הויפט סיבה וואס האט געברענגט די פוילישע אידן קיין רוסלאנד איז געווען די צוטיילונג פון פוילן (פוילן איז פון 700' ביז די ערשטע וועלט קריג נישט געווען קיין אייגן לאנד נאר איז געווען צוטיילט צווישן דייטשלאנד, רוסלאנד, און עסטרייך. אין היסטארישע ביכער ווערט פוילן אנגערופן מיט פארשידענע נעמען געוואנדן לויט די געגענט. מען קען זען די ווערטער פרייסישע פוילן, רוסישע פוילן, עסטרייך פוילן און דייטשע פוילן).
 
פון ווען אן די אידן האבן אנגעהויבן שטראמען קיין רוסלאנד זענען זיי געווארן "די אידן פראבלעם". די אידן האבן קיינמאל נישט אריינגעפאסט אין די רוסישע לעבנ'ס סטיל ווייל זיי האבן זיך געהאט זייער אייגענע "שם לשום ומלבוש". די אידן האבן זיך אין מערסטן טייל באזעצט אין קליינע שטעטלעך (ווילעדזשעס) אוואו זיי האבן גענצליך איבערגענומען קאנטראל אויף די עקענאמיע. די רוסישע עמפייער האט פארבאטן פאר מענטשן צו וואוינען אין די שטעטלעך וואו זיי האבן די בעלות אויף די גאנצע שטעטל ווי עס איז געווען דער פאל מיט רוב אידן. די צוויי פראבלעמען זענען פארבליבן אויף שטענדיג ביז ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן. די קאמוניסטן האבן נישט געוואלט אפלאזן די אידן סיידן זיי ריקן זיך אריין אין די גרויסע שטעט. די אידן האבן נישט געהאט אלע רעכטן אין לאנד ווי: שיקן קינדער אין פאבליק סקולס, האנדלן מיט פארשידענע זאכן, און פארדינען פון רעגירונג'ס בענעפיטן.
 
די אידן האבן זיך געהאט באזעצט אין דעם ראיאן וועלכע איז דעמאלט אנגערופן געווארן די "פעל אף סעטעלמענט", א רייע קליינע שטעטלעך צווישן מאסקעווע אין די רומענישע גרעניץ. אין די פעל אף סעטעלמענט האבן די אידן אויסגעמאכט 10 פראצענט פון די באפעלקערונג און די שטעט האבן געהאט די גרעסטע באפעלקערונג סטאטיסטיקס פון אלע שטעטלעך אין רוסלאנד (באלד דריי מאל די ראטע). די אידן האבן שטענדיג געהאט א הויכע געבורט ראטע און א גרעסערע לעבנ'ס שפאן ווייל זיי האבן געלעבט א געזונטערע לעבן. די הויכע ראטעס האבן פארשאפט אן ארימקייט פראבלעם ווייל די אידן זענען געווען פארבאטן אנצונעמען פראפעסיע'ס און דערפאר איז די קאנקורענץ שטארק געשטיגן וואס א יאר שפעטער.
ווען ניקאלעס דער ערשטער איז געווארן פרעזידענט (ענדע פונעם 17'טן יאר-הונדערט) האט ער נאך מער פארמינערט די אידישע רעכטן און גוזר געווען אז אלע אידן מוזן דינען אין די מיליטער פאר א מינימום פון 25 יאר. אין 843' האט די רעגירונג נאך מער אונטערגעדרוקט די אידן און זיי גענצליך פארטריבן פון קיעוו וואו ארום 60,000 אידן האבן געוואוינט. די פארטריבענע אידן האבן זיך אלע באזעצט אין די שטעטלעך וואו זיי האבן געוואוינט אין גרופעס, עטליכע טויזענט אידן פער שטעטל. אין יעדע שטעטל איז די שטאטישע שול געווען אין צענטראל פון שטאט און יעדער האט געוואוינט קאנצעטרירט ארום די שול.
שורה 352 ⟵ 364:
 
די יארן האבן זיך גערוקט און די אידישע באפעלקערונג האט זיך געמערט מיט הויכע נומערן. אין די מיטעלע 19 הונדערט יארן האט די רוסישע אידישע באפעלקערונג געציילט איבער 5 מיליאן. די רעגירונג האט אבער נאך אלס נישט געוואלט נאכגעבן פאר די אידן צו האבן געהעריגע רעכטן און דאס האט שפעטער געפירט צו אן אינערליכע פאליטישע אויפשאקלונג אינערהאלב די אידישע געמיינדע וועלכע האט שפעטער געגרינדעט אן אייגענע אידישע ארבעט'ס קראפט, באקאנט מיט'ן נאמען "אלגעמיינער אידישער ארבייטער". די ארבעט'ס קראפט איז אבער געווען מער ווי איר נאמען. עס האט אויך איבערגעארבעט און פארשטערקערט די אידישע דעפענסיווע גרופע וועלכע האבן געקעמפט מיט די פאגראם אנפירער. מען שאצט אז די גרופע האט געהאט 33,000 מיטגלידער.
 
אין יענע יארן האט די ציוניסטישע באוועגונג אנגעהויבן מאכן פארשריט און אסאך אידיש רוסישע גרופעס האבן זיך אנגעשלאסן אין די ציוניסטישע פועלי ציון פארטיי וועלכע האט שוין דעמאלט געהאט איר ציל אויפצושטעלן א אידישע לאנד אין פאלעסטייןפאלעסטינע. די מאסיווע מערכה וואס די ערליכע קהלות האבן אויפגעשטעלט אפצוהאלטן די ציוניסטן האט אבער נישט דעגרייכט רוסלאנד וואו די געליטענע אידן האבן מיט האפענונג איבערגעליינט דער יודנשטאט בוך (געשריבן דורך הערצל ימ"ש) צענדליגער מאל. נאך די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אידישע אימיגראציע פון רוסלאנד וועלכע זענען אנטלאפן צו זוכן א בעסער'ן צוקונפט. די גרעסטע טייל האט אימיגרירט קיין נארט אמעריקע און די איבעריגע קיין אויסטראליע, אפריקע און מדינת ישראל.
 
אין סך הכל האבן איבער צוויי מיליאן אידן פארלאזט רוסלאנד צווישן די יארן פון 881' ביז 914'. עס וואוינען נאך היינט צענדליגער טויזענטער אידן און רוסלאנד וועלכע האבן שוין אלע פרייהייטן אבער לעבן אין נויט צוליב די שלעכטע עקענאמיע.