אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דויד הילבערט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ באט: de:David Hilbert איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 18:
אין 1900 האט הילבערט פארגעשטעלן א זאמלונג פון 23 מאטעמאטישע פראבלעמען, וואס האבן משפיע געווען פארשונג אין מאטעמאטיק דורכאויס דעם 20סטן יארהונדערט.
 
== לעבנסגעשיכטע ==
דויד הילבערט איז געבוירן געווארן דעם 23סטן יאנואר 1862 אין דעם שטעטל [[וועלוי]] (Wehlau) לעבן [[קעניגסבערג]], וואס איז דעמאלסט געווען די הויפטשטאט פון [[מזרח פרייסן]]. אין 1880 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דעם [[קעניגסבערגער אוניווערסיטעט]], וואו ער האט זיך באפריינדט מיט [[הערמאן מינקאווסקי]]. אין 1885 האט ער באקומען דעם [[דאקטאר]] טיטל, אונטערן אנפיר פון [[פערדינאנד לינדעמאן]]. אין די יארן 1886-1895 האט ער געדינט ווי א דאצענט אין דעם קעניגסבערגער אוניווערסיטעט. אין 1892 האט ער געהייראט קעטא יעראש, און א יאר שפעטער איז געבוירן זייער איינציקע קינד, א זון, פראנץ.
 
אין 1888 האט [[פעליקס קליין]] פארעפנטלעכט, אין דעם [[Mathematische Annalen]] זשורנאל וואס ער האט רעדאקטירט, אן ארטיקל פון הילבערט, וואו הילבערט האט געלייזט דעם צענטראלן פראבלעם פון [[אינוואריאנטן טעאריע]], ווען ער האט געוויזן אז יעדע סיסטעם פון אינוואריאנטן באזיס. דער מאטעמאטיקער [[פאל גארדאן]], איינער פון די הויפט פארשער אין דעם געביט, האט זיך דערקעגנט צו הילבערטס ארטיקל מיט דער טענה אויף הילבערטס [[באווייז]] אז "דאס איז נישט מאטעמטיק. דאס איז טעאלאגיע".{{הערה|וועגן גארדאנס ווערטער, זעט דעם ארטיקל פון Roger Cooke, "Life on the mathematical frontier: legendary figures and their adventures, אין Notices of the AMS, אפריל 2010, עמ' 467.}} אין 1895 האט קליין געברענגט הילבערט צו ווערן א פראפעסאר אין [[געטינגען אוניווערסיטעט]], וואס איז דעמאלסט גערעכנט געווארן דער פירנדיקער צענטער פון מאטעמאטישער פארשונג אין דער וועלט. הילבערט האט געהיטן געטינגענס גלאריע ביז זיין פענסאנירונג אין 1932, און ער איז געווארן דער חשובסטער מאטעמאטיקער פון זיין דור.
 
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
 
שורה 31:
 
{{גרונטסארטיר:הילבערט, דויד}}
 
[[קאַטעגאָריע:דייטשן]]
[[קאַטעגאָריע:מאטעמאטיקער]]
 
{{Link GA|de}}