אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שטיסל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{יתום}}
'''שטיסל''' איז א ישראלישע [[טעלעוויזיע סעריע]], אורשפרינגליך אויסגעשטראלט אויף דעם קאנאל יעס (Yes) פון [[כ"א תמוז]] ביז מוצאי [[יום כיפור]] [[ה'תשע"ג]]. אלון זינגמאן איז געווען רעזשיסאר; בניאורי אלון און יהונתן אינדארסקי האבן די סצענאר געשריבן. בארימטע אקטיארן האבן געשפילט אין ''שטיסל''. זי האט באקומען הויכע איינשאלטקווטען (רעייטינגז) און א סך קריטיקער האבן זי געלויבט.
 
די געשיכטע האנדלט די פרומע, [[יישוב הישן|פרושים]] משפחה שטיסל, וואס וואוינט אין [[מאה שערים]]. שלום, דער פאטער, געראנגלט מיט זיין עלטערקייט און מיט די פארלוסט פון זיינן געשטארבענע ווייב. עקיבא, שלום'ס בן זקונים, פארליבט זיך מיט דער [[אלמנה|וויטווע]] אלישבע און וויל נישט קיין אנדערע שידוך. ליפא, דער מאן פון עקיבא'ס שוועסטער גיטל, פארלאזט איר און אירע קינדער, אבער זי פארזוכט דאס געהיים האלטן. גיטל'ס עלטסטע טאכטער, רוחמה, מוז העלפן איר מאמע. באבע מלכה, שלום'ס מוטער, לעבט אין א שוועסטעריי היים, און דארט זעט זי טעלעוויזיע צום ערשטן מאל. די אינערע, פארבארגענע שטרייטן פון די העלדן זינד געצייגט.