אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סלאנים (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
נאך זיין פטירה האט זיין אייניקל (א זון פון זיין בן יחיד, רבי יחיאל מיכל אהרן) רבי [[שמואל וויינבערג]], דער ''דברי שמואל'', באקאנט אלס "דער פאטער", איבערגענומען די רביסטעווע. ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות אויף וואס מ'האט שפעטער אויפגעשטעלט [[אגודת ישראל]]. ער האט געדינט אלס רבי 32 יאר ביז זיין פטירה [[י"ט שבט]] [[ה'תרע"ו]] ([[1916]]) אין [[ווארשע]].
 
[[טעקע:רבי ישכר לייב וינברג מסלונים.jpg|שמאל|ממוזער|120px|רבי ישכר לייב וויינברג פון סלאנים]]
נאך רבי שמואל'ס פטירה זענען זיינע צווי זין געווארן רביס. זיין בכור רבי [[ישכר לייב וויינבערג]] האט איבערגענומען די רביסטעווע אין סלאנים; ער איז נפטר געווארן [[כ"ח ניסן]] אין יאר [[ה'תרפ"ח]] ([[1928]]), (זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי אברהם יהושע העשיל וויינבערג וואס איז ארויף אין [[ארץ ישראל]] אין יאר ה'תרצ"ה ([[1935]]) וואו ער האט זיך באזעצט אין [[תל אביב]]). דער יונגערער זון , רבי [[אברהם וויינבערג (דער צווייטער)]], מחבר פון ''בית אברהם'', האט געצויגן קיין [[ביאליסטאק]] וואו ער געפירט אלס סלאנימער רבי; שפעטער האט ער געפירט אין [[באראנאוויטש]]. ער האט אויפגעשטעלט דארטן א גרויסן צענטער פון חסידות און די ''תורת חסד'' [[ישיבה]]. רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן אין סלאנים [[א' אייר]] [[ה'תרצ"ג]] ([[1933]]).
 
ווען דער צוויטער רבי אברהם וויינבערג איז נפטר גיווארן, האט ער איבער גילאזט איין זון, רבי [[שלמה דוד יהושע וויינבערג|שלמה דוד יהושע]], וואס איז נאך גיווען א [[בחור]]. מיט דעם האבן די חסידים אים אן גינומען אויף א רבי, און ער האט געפירט די הויף ביז ווען ער איז גיהרגעט גיווארן ביי די [[לאגער]] אום [[ו' חשוון|ו' מרחשון]] [[ה'תש"ד]].
 
נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], ווען רוב סלאנימער חסידים וואס האבן גיוואוינט אין חו"ל זענען גיהרגעט גיווארן, האבן די חסידים פון ארץ ישראל אן גינומען פאר א רבי'ן [[מרדכי חיים סלאנים|מרדכי חיים קאסטילניץ]], וואס איז באוואוסט אלס "ר' מאטל" אדער "ר' מאטל דיין"). רבי מרדכי חיים האט נישט גיוואלט זיין א רבי, אבער פאקטיש האט ער געפירט די הויף און אים גיבויט איבער נייע אין ארץ ישראל.
שורה 16 ⟵ 17:
רבי מאטל איז נפטר גיווארן [[י"ד טבת]] [[ה'תשי"ד]], און רבי [[אברהם וויינברג (דער דריטער)]], מחבר פון "ברכת אברהם", האט אנגיהויבן פירן די הויף. 27 יאר האט ער געפיהרט, און אין די יארן העט ער גיבויט די הויף. ער איז גיווען א חבר פון דער [[מועצת גדולי התורה]], און גיווען בקשר מיט אלע גדולי הדור פון זיין צייט.
 
אין דער צייט וואס דער ברכת אברהם האט געפירט, איז גיווארן א מחלוקת צוווישן די חסידים, ביז א טייל פון זיי האבן האן גינומען פאר א רבי'ן זיין איידעם רבי [[שלום נח ברזובסקיבערעזאווסקי]], דער "נתיבות שלום". א חודש שפעטער איז דער שווער נפטר גיווארן, אין י"ב סיון תשמ"א, און דער הויף האט זיך צוטיילט לויט די גוטסהייסונג פונעם ברכת אברהם. א טייל זיינען גיבליבן באגלייבט פאר דעם "נתיבות שלום", און זיי זענען באוואוסט אלס די [[ווייס סלאנים|ווייסע סלאנימער]], און א טייל האבן אנגענומען פאר א רבי'ן רבי [[אברהם וויינברג (דער פערטער)]], און זיי זענען באוואוסט אלס די [[שווארץ סלאנים|שווארצע סלאנימער]].