אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאטעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
א '''לאטעריע''' (אדער '''לאטא''') איז א פאפולערע פאָרעם פון [[געמבלינגאזארטשפיל]] וועלכע ווערט געווענליך אדמיניסטרירט דורך א [[רעגירונג]] מיט שטרענגע רעגולאציעס.
 
לאטעריעס זענען היינט פארשפרייט אין רוב גרויסע שטעט און מאסן מענטשן קויפן דאס מיט'ן בלויזן האפענונג אז זיי וועלן אפשר אויך געווינען איין טאג. אבער אנדערש ווי געמבל האבן די לאקאלע רעגירונגען אויפגעצויגן די לאטעריע שפילן אלס די איינציגסטע נישט געמבל געלט שפיל וועלכע איז הונדערט פראצענט לעגאל אויף סיי וועלכע וועג איר ווילט דאס שפּילן.
 
אין די [[פאראייניגטע שטאטן]] זענען פארהאןפאראן לאטעריעס אין 38 שטעט און אויך אין די [[דיסטריקט אוו קאלאמביע]]. רוב פון די שטעט האבן עטליכע ערליי לאטעריע שפילן, אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע מען קען געווינען אויפ'ן פלאץ, טעגליכע שפילן, וועכנטליכע שפילן, און ספעציעלע שפילן. אין יעדע פון די שפילן דארף דער שפילער אויסוועלן א געוויסע צאל נומערן וועלכע קענען זיין צווישן דריי ביז זיבן נומערן.
די אלע לאטא שפילן ווערן אנדערש געשפילט און טייל דערפון ארבעטן עלעקטראניש. דער גרעסטער לאטא איז שטענדיג די וועלכע רופט זיך אונטער די נאמען '''לאטא''' און באשטייט פון זעקס נומערן וועלכע ווערט אויסגעקליבן דורך א ספעציעלע מאשין וועלכע אנטהאלט קליינע באליס (טאבעס) מיט אלע נומערן, געווענליך צווישן איינס און פופציג.
 
אין אמעריקע איז איינגעפירט אז א לאטעריע געווינער צאלט אראפ די גרעסטע צאל [[שטייערן]] וואס א מענטש קען נאר צאלן און עס איז שטארק געוואנדן לויט וויפיל דער געווינער נעמט אויף איינמאל. אויף רוב לאטעריעס וועט געווענליך שטיין אויפגעשריבן וויפיל די אזויגערופענע "לאמפ סום קעש" וועט באטרעפן אויב איר ווילט נעמען די גאנצע אויפאיינמאל. אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר באטראכטן וואו דאס געלט גייט און פארוואס א לאטעריע געווינער באצאלט אזעלכע נומערן. מיר וועלן אויך באטראכטן די לאטעריע מאשינען וועלכע געבן ארויס די געווינער נומערן, און וויפיל געלט איר קענט זיך רעכענען אהיימצונעמען אויב איר זענט דער גליקליכער געווינער.
 
שורה 54 ⟵ 55:
 
== די לאטעריע מאשינען ==
עס זענען פאראן צוויי ערליי לאטעריע מאשינען וואס געבן ארויס די באליס וועלכע אנטהאלטן די געווינער נומערן. די ערשטע איז נישט אנדערש ווי א מיקסער וועלכע דרייט אלע באליס און פון די כוח פון גראוויטי פאלן זיי ארויס צו א דינע רער. די אנדערע איז א לופט מאשין אין וועלכע מען לייגט אריין באליס וועלכע זענען ליידיג פון אינעווייניג. ווען מען צינדט עס אן, בלאזט אריין לופט און עס קוקט אויס ווי א פאפקארן מאשין. אויבן אויפ'ן מאשין איז פאראן א רער אין וועלכע די באליס וועלכע דעגרייכן דארט פליען אריין און עס שליסט זיך איינמאל די באשטימטע צאל נומערן זענען שוין ארויסגעקומען. רוב לאטעריע פירמעס נוצן די לופט מאשין וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין בעסער און אויך מער פארזיכערט.
ביידע מאשינען זענען דורכזיכטיג פון אלע זייטן און אפילו די רערן זענען דורכזיכטיג כדי די מענטשן זאלן קענען מיטהאלטן יעדע טריט פון דעם פראצעדור. יעדע לאטעריע אויסציאונג ווערט אויפגעשפילט אויף טעלעוויזיע וועלכע טויזענטער מענטשן באטראכטן און איבערצייגן זיך די פשוטע פראצעדור.
 
טייל לאטעריע פירמעס האבן מערערע זיכערהייטן קעגן שווינדלערייען וועלכע זענען שוין פארגעקומען אין די פארגאנגענהייט. אין ניו יארק פארלאנגט דאס געזעץ אז עס זאל זיין עטליכע זעק מיט אלע באליס און הארט בעפאר מען ברענגט ארויס די באליס וועלט מען אויס איינע פון זיי דורך א גורל. אויך וועגט מען אפ די באליס בעפאר און נאך די אויסציאונג צו מאכן זיכער אז קיינער האט נישט אריינגעלייגט אנדערע באליס וועלכע זענען גרינגער און וואלטן שנעלער ארויסגעפלויגן (אזא שווינדל איז פארגעקומען אין [[פענסעלוועניעפענסילוועניע]] אין 980' ווען די לאטעריע מיטארבייטער האבן אריינגעגאסן עפעס א פליסיקייט אין אלע באליס אויסער די דריי געווינער נומער וועלכע זיי האבן פון פאראויס געקויפט. ווען די מאשין האט אנגעהויבן צו בלאזן זענען אלע אנדערע באליס געווען צו שווער צו קענען דעגרייכן די אויבערשטע רער און נאר די אומבארירטע באליס זענען ארויסגעפלויגן און זיי האבן געוואונען 1.8 מיליאן דאלאר). אלע לאטעריע פירמעס האלטן פארשפארט די מאשינען אין אייזערנע סעיפס און עפענען דאס מינוטן בעפאר די אויסציאונג. און אין געוויסע שטעט ווערט די גאנצע אויסציאונג אבזערווירט דורך א פאליציי אפיציר וועלכע טוישט זיך יעדעס מאל אויף א צומישטן סדר.