אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערשטע לבנון מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַג: מאביל־רעדאַקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַג: מאביל־רעדאַקטירונג
שורה 20:
אויפן 31טן אוגוסט 1982, האבן אלע סירישע, און פאלעסטינע קעמפער, פארלאזט ביירוט. און אן אינטערנאציאנאלע כח איז אריינגעקומען, האלטן ארדענונג אין דער לעבאנעזער הויפטשטאט.
 
===מדינת ישראל דורכפעלער ===
[[באשיר זשומייעל]], איז געווען איינער פון די צילן אינעם מלחמה, [[מנחם בעגין]] האט אים געוואלט זען אלס [[פרעזידענט]] פון לבנון, ווי איינער וואס וועט אונטערשרייבן א שלום אפמאך. 14טן סעפטעמבער איז ער אומגעקומען אין אן אטענטאט, אין די הויפטקוואטיר פונעם [[פאלאנגען]] פארטיי, און זיין ברודער [[אמין זשומייעל]], האט אים איבערגענומען, ער איז אבער נישט געווען אזוי פרא מדינת ישראל ווי באשיר. צוויי טאג נאכן אומקום פון באשיר, איז פארגעקומען די [[סאברא און שאטילא]] מאסן מארד, וואס האט געברענגט פיל קריטיק צו מדינת ישראל פונעם וועלט, און פון אינעוויניג. מנחם בעגין דער [[פרעמיער מיניסטער]], האט געשטעלט א קאמיסיע אין שפיץ פון ריכטער שמגר, און [[אריק שרון]], [[פארטיידיקונגס מיניסטער]], איז געזען געווארן פאראנטווארטליך, פארן איבערגעבן קאנטראל, פון סאברא און שאטילא צו די קריסטן, נאכדעם וואס עס זיכער געווען, אז אזא זאך קען פאסירן.
 
=== דער סוף צום קריג ===
ישראל איז פארבליבן א לאנגע צייט אין לבנון, [[שיאט]]ישע טעראר גרופעס, האבן עס אויסגענוצט צו אטאקירן ישראל פאזיציעס, אין [[צור]] זענען 60 מענטשן אומגעקומען פון א [[כעזבאלא]] זעלבסטמארד אטאקע.
 
ביז 1985 האט מדינת ישראל זיך ארויסגעצויגן פון מערהייט לבנון, און זיך באפעסטיגט אינעם [[זיכערהייט זאנע]], און ביי יוני 1985 האבן זיך צה"ל זעלנער, מער נישט געפונען אין צענטראל לבנון, און זיך צוריק געצויגן צום דרום חלק פון לבנון, אריינגערעכנט די [[בופארט]] פעסטונג.
 
פון דער זיכערהייט זאנע, איז די ארמיי ארויס אין יאר 2000, אויפ באפעל פון [[אהוד ברק]].
 
מדינת ישראל האט פארלוירן אין די יארן 2000-1982, 1,216 זעלנער, וואס פון זיי ביים מלחמה אליין 670.
 
17,825 אראבער זענען אומגעקומען, וואס איבער 10,000 זענען זיכער געווען סירישע סאלדאטן, און פאלעסטינער קרעמפער.
 
3 מדינת ישראל זעלנער פעלן פון א קריג וואס איז פארגעקומען אין סולטאן יעקב. און [[רון אראד]], א מדינת ישראלדיקער נאוויגאטאר, איז אראפגעשאסן געווארן פונעם עראפלאן אין וועלכע ער איז געפלויגן, און ער איז גענומען געווארן אין געפענגשאפט.
 
{{ישראל פאלעסטינער קאנפליקט}}