אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אנא פראנק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַג: מאביל־רעדאַקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַג: מאביל־רעדאַקטירונג
שורה 10:
אנע פראנק איז געבוירן געווארן אין [[פראנקפורט]], [[דייטשלאנד]], דעם 12טן יוני 1929, די צווייטע טאכטער פון איר פאטער אטא היינריך פראנק און איר מוטער עדיט האלענדער.
 
נאָך דעם, אַזוואס די נאַציס האָבן גענומעןאיבערגענומען די מאַכט אין דײַטשלאַנד און בפֿרט האָבן געװינען די מוניציפּאַלע װאַלן אין פֿראַנקפֿורט אין מערץ 1933, איז עדיט מיט די קינדער איבערגעפֿאָרן קײַן [[אָכן]] צו איר מוטער. אָטאָ פֿראַנק האָט קורץ שפּעטער באַקומען אַן אָנמוט צו שאַפֿן אַ האָלענדישע צװײַג פֿון דער פֿירמע "[[Opekta]]" אין [[אַמסטערדאַם]], װאָס ער האָט אָנגענומען. זײַן משפּחה האָט אים נאָכגעפֿאָלגט איבער אַ יאָר שפעטער.
 
ווען די [[צווייטע וועלט מלחמה]] האט אויסגעבראכן אין 1939, האט האלאנד פראקלאמירט נייטראלקייט. פונדעסוועגן האט [[נאצי דייטשלאנד]] אינוואדירט האלאנד און [[בעלגיע]] דעם 10טן מיי 1940. האלאנד איז איינגענומען געווארן אין פינף טעג און האט נאכגעגעבן דעם 15טן מיי. גלייך נאך דער דייטשער אינוואזיע האבן זיך אנגעהויבן די גזירות קעגן דעם [[האלענדישע יידנטום|האלענדישן יידנטום]], וואס האט דעמאלסט געציילט 140,000 מענטשן (מיט נאך 30,000 דייטשע פליטים פון דייטשלאנד, צווישן זיי די משפחה פון אנא פראנק). ביים סוף פון דער מלחמה זענען געבליבן לעבן נאר 40,000 יידן, וואס די מערהייט פון זיי האבן איבערגעלעבט ווייל זיי זענען באהאלטן געווארן און מ'האט זיי נישט געכאפט. די אנדערע האט מען געשיקט אין [[קאצעט]]ן אין האלאנד (דער גרעסטער פון זיי איז געווען [וועסטערבארק), פון וואס די מערהייט האט מען געשיקט אין באנען צו די [[טויט לאגער]]ן אין [[פוילן]], וואו זיי זענען אומגעקומען.