אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן צבי פינקל (מיר)"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ צולייגן קאטעגאריע:מירער ישיבה דורך HotCat |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 20:
ר' נתן צבי איז געבוירן געווארן ה' אדר שני תש"ג אין [[שיקאגא]], [[אילינוי]], צו זיין פאטער רב אליהו מאיר פינקל. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין עלטער זיידן, דער [[נתן צבי פינקל|אלטער פון סלאבאדקע]].
אין תשי"ח (בערך) איז ער געקומען קיין ירושלים לערנען אין דער [[מירער ישיבה]]. ער האט געהאט א חברותא מיט רבי [[זונדל קרויזער]], מיט וועמען ער פלעג מסיים זיין ש"ס יעדע יאר.
ער האט חתונה געהאט מיט רחל לאה, א טאכטער פון זיין פאטערס שוועסטער־קינד הרב [[בנימין ביינוש פינקל]], מירער ראש ישיבה, און זיין ווייב, מרת אסתר, א טאכטער פון הרב [[שמואל גריינימאן]], דעם [[חזון איש]]'ס א שוואגער. הרב פינקל איז נפטר געווארן פלוצלונג [[י"א חשוון]] [[ה'תשע"ב]] פארטאגס אין זיין הויז. די לוויה, אין וואס הונדערט טויזנט יידן האבן משתתף געווען, האט אנגעהויבן מיטאג ביי דער ישיבה. צווישן די מספידים זענען געווען הרב [[יוסף שלום אלישיב]] און הרב [[אהרן יהודה לייב שטיינעמאן]]. אנדערע פירער פונעם חרדישן יידנטום וואס האבן מיטגעטיילט אין דער לוויה זענען געווען דער [[יעקב אריה אלטער|גערער רבי]], דער [[ישכר דוב רוקח (ב)|בעלזער רב]], הרב [[חיים גריינעמאן]] (רבי נתן צבי'ס פעטער) און הרב [[חיים פינחס שיינבערג]]. נאך צוויי שעה'ן פון הספדים איז מען ארויסגעגאנגן צופיס פון דער ישיבה ביז [[הר המנוחות]].{{הערה|1=[http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=13772 לוויה פון רבי נתן צבי פינקל] (לדעת.נט)}}
|