אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אריטמעטיק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 5:
דער גריכישער מאטעמאטיקער [[דיאפאנטוס]] האט פארפאסט אינעם [[3טער י"ה|דריטן יארהונדערט]] די סעריע פון ביכער "[[אריטמעטיקא]]", וואס ווערט גערעכנט דעם אריטמעטישן פאראלעל צו די "[[עלעמענטן]]" פון [[אוקלידוס]]. אין דעם בוך האט ער געוויזן וועגן צו לייזן א סיסטעם פון [[גלייכונג]]ען וואן די צאל אומבאשטימטע איז גרעסער ווי די צאל גלייכונגען און די לייזונגען זענען [[גאנצע צאל]]; די גלייכונגען רופט מען [[דיאפאנטישע גלייכונגען]] אויף זיין נאמען. צוליב דעם ווערט דיאפאנטוס גערופן "דער פאטער פון אלגעברע".
 
די [[מאיא]] קולטור האט געניצט א [[נומערן סיסטעם]] באזירט אויפן נומער 20, און האט אויך געהאט א סימבאל פארן נומער 0 נול. שוין פאר זייער צייט האט מען געניצט "ליידיק" פלעצער (למשל אין דער בבלישער סיסטעם), אבער די מאיא האבן דערפינדן א סימבאל פאר נול גאנץ נאענט צו ווי מען פארשטייט 0 היינט.
 
די [[דעצימאל]] סיסטעם וואס מען ניצט היינט, אין וואס יעדער ציפער באדייט א [[פאטענץ]] פון 10, איז געקומען פון [[אינדיע]].
 
== אריטמעטישע אפעראציעס ==