אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געלט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:ווירטשאפט צו קאַטעגאָריע:עקאנאמיע
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
היינטיקע צייטן איז געלט מטבעות און [[באנקנאט]]ן, וואס האבן נישט קיין עצמדיקן ווערט, נאר מ'ניצט זיי פאר געלט. דער מערסטער טייל פון געלט איז נישט די מטבעות און באנקנאטן נאר דאס געלט וואס ליגט אין [[באנק]] קאנטעס.
 
== היסטאריע ==
היינטיקע צייטן קויפן כמעט אלע מענטשן גוטער מיט געלט. אבער אמאליקע צייטן פלעג דער מערסטער טייל פון מסחר געפירט ווערן דורך [[בייטהאנדל]]. למשל, ווען איינער האט קי און דער צווייטער האט ווייצן, האט דער ערשטער געגעבן דעם צווייטן איין קו אנשטאט א מאס ווייצן. און אזוי שטענדיק. אבער, פארשטייט זיך, ווען א פי־הענדלער דארף אלעמאל באצאלן פאר סחורה מיט א קו, איז דאס נישט אזוי פשוט. אזוי איז געווארן דער מצב וואו זאכן מיט א הויכן ווערט זענען געווארן די מיטל פאר בייטהאנדל, למשל [[צירונג]], געווירצן און גאלד.
 
מיט דער צייט האט מען אנגעהויבן צו מאכן מטבעות פון גאלד און זילבער און אנדערע מעטאלן. די מטבעות האבן צוויי גרויסע מעלות. ערשטנס זענען זיי נישט צו גרויס. און מען קען זיי ארומטראגן וואו מען וויל. צווייטנס זיי האלטן אויס א לענגערע צייט, נישט ווי א קו, וואס קען שטארבן, אדער ווייץ, וואס ווערט פארפוילט. דריטנס, מיט א מטבע קען מען זען זאפארט וויפיל ער איז ווערט, אבער א קו קען זיין מאגער אדער קראנק, און יעדע קו האט אן אנדער ווערט.
 
== זעט אויך ==
* [[מזומן]]
* [[וואלוטע]]
 
 
{{עקאנ-שטומף}}
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/געלט"