אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סערעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q587746 (translate me)
Commons category.
שורה 39:
 
'''סערעט''' ({{שפראך-ro|Siret}}; {{שפראך-de|Sereth}}, {{שפראך-pl|Seret}}) איז א שטעטל אין [[שאץ פראווינץ]], צפון [[רומעניע]], און איז פון די עלטסטע שטעטלעך אין, און אן אמאליגע הויפטשטאט פון דער געוועזענער פרינציפאליטעט פון [[מאלדאוויע]]. ער געפינט זיך 2 km פונעם גרענעץ מיט [[אוקראינע]], און איז איינער פון די הויפט אדורכגאנג פונקטן אין צפון פון לאנד, מיט סיי א שאסיי גרענעץ פונקט סיי א באן פארבינדונג.
 
 
דאס שטעטל האט געהאט א [[ייד]]ישע קהילה. רבי [[שמואל שמעלקא רובין]] (אן אייניקל פון רבי [[נפתלי צבי הורוויץ|נפתלי ראפשיצער]] און רבי [[שלום רוקח|שלום]] פון [[בעלזא]]) האט געפירט א רביסטעווע פון תרל"ה ביז זיין פטירה אין תרס"א. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי פנחס מנחם מענדל ביז ער איז אומגעקומען אינעם [[חורבן אייראפע]].
 
איינער פון די אדמורי"ם פון {{הויפלינק|וויזשניץ}}, רבי [[ברוך האגער (סערעט)|ברוך האגער]], דער "מקור ברוך" איז געווען שטאטס רב אין סערעט, און איז געווען דער גרינדער פונעם [[סערעט וויזשניץ]] הויף. נאך דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]] האט ער זיך באזעצט אין [[חיפה]], וואו געפינט זיך דער פערטל פון די סערעט וויזשניצער חסידים.
 
{{commonscat|Siret}}
 
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין רומעניע]]