אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים מאיר יחיאל שפירא (נאראל)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 24:
אין תשל"ב איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין [[בני ברק]]. ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און עוסק געווען כמנהגו אין לערנען תורה, אין פסקענען הלכה און פארשפרייטן חסידות. ער האט אסך עוסק געווען אין דעם ספר "[[מנחת חינוך]]" און פלעג געבן א קבועדיגן שיעור אין דעם ספר.
 
ער איז געווען זייער נאנט צום היינטיגן בעלזער רב, הרב [[ישכר דבדוב רוקח (ב)|ישכר דבדוב רוקח]], וואס פלעג געבן אים א פלאץ לעבן זיך בשעת ווען ער [[פירן טיש|פירט טיש]], און האט צוגעהערט צו זיינע מעשות וועגן די פריערדיקע רביס.
 
ער איז נפטר געווארן אין בני ברק אין תשס"ז ווען ער איז געווען אלט קרוב צו הונדערט יאר.