אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבו מוסאב אל-זארקאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q181049 (translate me)
שורה 4:
== ביאגראפיע ==
 
זיין ריכטיגער נאמען איז געווען אכמעד פאדיל אל-נאזאל אל-קאהאלעלי וועלכער ער האט שפעטער געטוישט צו אבו מוסאב אל-זארקאווי וואס באדייט דער נאמען פון זיין טאט'ן און דער פלאץ פון וואו ער קומט וועלכע איז געווען זארקא. זארקאווי איז געווען א ירדן געבוירענער אין דעם שטאט זארקא וועלכע געפינט זיך בערך 15 מייל פון דידער הויפטהויפטשטאט שטאט[[אמאן (יארדן)|אמאן]].
 
זארקאווי איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און האט געמוזט אויפגעבן סקול ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. ביי די 17 יאר איז ער צום ערשטן מאל ארעסטירט געווארן פאר דראגס און אנדערע פארברעכן און איז געזעסן קורץ אין א ירדן טורמע אין די 1980ער יארן. באלד נאך זיין ארעסט האט ער זיך אנגעשלאסן צו ווערן א מיליטאנט אין אפגאניסטאן מיט די אויפשטענדלער וועלכע האבן געקעמפט די סאוויעטן. למעשה איז זארקאווי ערשט געווען קאמפס גרייט ביי דער צייט די רוסן זענען שוין געווען אינדרויסן פון אפגאניסטאן. זארקאווי האט זיך דארט געטראפן מיט אסאמא בין-לאדען וועלכער איז געווען דער מייסטער פון די אויפשטאנד און האט אנגעקניפט גוטע באציאונגן מיט אים.
שורה 10:
זעענדיג זיך אן קיין ארבעט איז זארקאווי געווארן א רעפארטער פאר א איסלאמישע צייטונג אין אפגאניסטאן און איז ארומגעפארן איבער אייראפע צוזאמענשטעלן רעפארטאזש. מען גלייבט אז אין יענער צייט האט ער געעפענט זיין טעראריסטישע ארגאניזאציע אל-טאוויד וועלכע האט געצילט אריינצושטעלן אן איסלאמישע רעזשים אין ירדן.
 
אבער ער איז דורכגעפאלן און ביי א באזוך אין ירדן אין 1992 האבן די ארטיגע אויטאריטעטן אים ארעסטירט פאר'ן פלאנירן אן אטאקע אונטערצואווארפן דידאס קעניגרייך און אים אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער איז אפגעזעסן די קומענדיגע 7 יאר. אין טורמע איז זארקאווי געווארן ווי א פירער צו אלע ארעסטאנטן כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום ספעציעלע קוואליפיקאציעס אדער פירערשאפט כשרונות. ער איז אויפגעוואקסן אן קיין נארמאלע ערציאונג און עס האט זיך שטארק דערקענט אויף אים.
 
אין 999' איז ער ארויס פון טורמע און זיך באלד צוריק געקערט צו טעראריזם און איז געווען א טייל פון א גרופע וועלכע האט פרובירט אויפרייסן די רעדיסאן האטעל אין אמאן וואו אסאך אמעריקאנער און איזראעלישע האבן כסדר גענעכטיגט. די אקציע איז דורכגעפאלן און מען האט ארעסטירט רוב פון די פלאנירער און זארקאווי איז אנטלאפן קיין פאקיסטאן וואו ער האט זיך באזעצט אין א שטעטל נאנט צו די גרעניץ מיט אפגאניסטאן. דארט האט ער אויפגעשטעלט א טעראריסטישע טרענירונג'ס קעמפ וועלכע האט זיך געפינען אריבער די גרעניץ אין אפגאניסטאן וועלכע האט זיך ספעציאליזירט מיט אויפרייס מאטריאל און סם.
 
אינטעלידזשענטאויסשפיר אגענטורן פון [[אייראפע]] און פון ירדן האבן אנגעוויזן אז זארקאווי האט דארט געגרינדעט א טעראריסטישע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען דזשונד אל-שאם און האט באקומען בערך $200,000 דירעקט פון אסאמא בין לאדען. זארקאווי האט נישט באהאלטן די מאטיוון פון זיין ארגאניזאציע און האט שנעל געהאט 150 מיטגלידער וועלכע האבן זיך טרענירט אין זיין קעמפ. אבער צווישן זיינע מיטגלידער זענען געווען באהאלטענע אגענטן פון ירדן וועלכע האבן ארויסגעגעבן אינפארמאציע. ווען אמעריקע איז אריין קיין אפגאניסטאן האבן זיי גענוצט די אינפארמאציע און צושטערט זיין גרופע. דאס איינציגסטע מאל וואס מען האט שפעטער געהערט פון די גרופעס איז געווען ווען דער נאמען איז גענוצט געווארן צו נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע אין דאהא[[דאכא]], [[קאטאר]].
 
אין 01' איז זארקאווי נאכאמאל ארעסטירט געווארן אין ירדן אבער האט זיך ארויסגעדרייט און ווידער אנטלאפן. א קורצע צייט דערויף האט א ירדן געריכט אים באשולדיגט אין די פלאנירונג פון די אטאקע אויף די רעדיסאן האטעל און אים געגעבן א טויט שטראף אורטייל. זארקאווי איז שוין דעמאלט נישט געווען צום געפינען אבער דער פאקט אז א טויט שטראף אורטייל האט געהאנגן אויף זיין קאפ האט אסאך צוגעהאלפן פאר אמעריקע ווען מען האט געזאמעלט אינפארמאציע איבער אים. די ירדן אויטאריטעטן זענען געווען די הויפט קוואל פאר אינפארמאציע איבער זיין לעבן און נאר א דאנק זיי האט מען אים עווענטועל געכאפט.
 
וואו ער איז אנטלאפן נאך זיין לעצטע ארעסט איז נישט קלאר, אבער עווענטועל איז ער אנגעקומען קיין איראק וואו ער האט ווייטער געווירבעלט מיט [[טעראריזם]]. זיין נאמען איז צום ערטשן מאל אויפגעקומען אין אמעריקע ווען [[קאלין פאועל]] האט געגעבן זיין היסטארישע רעדע צו די [[יונייטעדפאראייניגטע נעישאנספעלקער]] אין פעברואר 03' אין וועלכע ער האט באשולדיגט איראק צו האבן א פארבינדונג מיט אל-קאידא. פאועל האט גענוצט דעם נאמען זארקאווי אלס א ביישפיל פון א אל-קאידא פליגל ארגאניזאציע וועלכע האלט זיך אויף אין איראק און באקומט שטיצע פון די איראקער רעגירונג. אינעם רעדע האט פאועל געטייטעלט זארקאווי אלס א פאלעסטינער אבער דאס איז געווען א פשוט'ער טעות און די אינפארמאציע פון די בוש אדמיניסטראציע האט יא געוואוסט אז ער איז פון ירדן.
 
פאועל'ס רעדע איז שפעטער אפגעפרעגט געווארן און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין געבויט אויף פאלשע אינפארמאציע וועלכע די בוש אדמיניסטראציע האט געקליבן אונטער די רוקן פון די סי-איי-עי. ביז'ן היינטיגן טאג איז נאך אלץ נישט פאראן קיין באווייז אז איראק האט טאקע געהאט א פארבינדונג מיט אל-קאידא. די סי-איי-עי האט שפעטער געזאגט אז זארקאווי איז שוין דעמאלט נישט געווען א טייל פון אל-קאידא. פארקעט גאר, ער איז געווען א קאנקורענט צו אסאמע בין-לאדען און די צוויי ארגאניזאציעס האבן קיינמאל נישט געטוישט אינפארמאציע. עס איז אויך קיינמאל נישט ארויפגעקומען באווייזן אז זארקאווי האט באקומען שטיצע פון סאדאם כוסעין'ס רעגירונג. קעניג אבדולא פון ירדן האט אבער אמאל געזאגט אין אן אינטערוויו אז ירדן אפיציעלן האבן געהאט אינפארמאציע וואו אין איראק זארקאווי וואוינט און האבן אים פרובירט פארכאפן אבער זיי האבן נישט געקענט איבערצייגן די איראקער רעגירונג מען זאל אים איבערגעבן.
 
וויאזוי אימער, האט זארקאווי אפיציעל געשוואוירן געטריישאפט און לאיאל צו בין לאדען אין 04' און געטוישט די נאמען פון זיין ארגאניזאציע צו אל-קאידא אין [[איראק]].
 
אומבאשטעטיגטע באריכטן וועלכע זענען ארויפגעשווימען אין די וואך פון זיין טויט זאגן אז די פענטאגאן האט ווייניגסטענס דריי מאל געפלאנט אן אפעראציע צו באזייטיגן זארקאווי און זיין גרופע נאך בעפאר די איראקער אינוואזיע. אבער יעדעס מאל איז עס אפגעווארפן געווארן דורך די נאציאנאלע סעקיוריטי קאונסיל וועלכע האבן געהאלטן אז דאס וועט שאדן מאכן די אמביציעס פון אמעריקאנער אפיציעלן וועלכע האבן זיך דעמאלט ארומגעדרייט אין אייראפע פרובירנדיג איבערצייגן פראנקרייך און דייטשלאנד זיי זאלן מיטשטיין אין די קריג.
 
זארקאווי האט געהייראט צוויי מאל און זיין צווייטע פרוי, איזראא, איז געווען אינגאצן 13 יאר און האט געבוירן זיין ערשטע קינד ביי די 15. זיין פרוי און זיין קינד זענען ביידע אומגעקומען אין די באמבע אטאקע וועלכע האט אומגעברענגט זארקאווי. זיין פרוי איז אלט געווען 16 יאר און דאס קינד ארום 18 מאנאטן. עס איז אויך אומגעקומען דארט א קינד פון 5 יאר וועלכע איז נאך נישט אינדענטיפיצירט געווארן.
 
 
== אטאקעס אין זיין פאראנטווארטליכקייט ==