אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייראפע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 35:
אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען [[קיפראס]], [[מאלטא]], [[קרעט]], [[סיציליע]] און טייל פון דרום [[איטאליע]].
 
די מוסולמענער האבן אנגעהויבן אינוואדירן דעם איבערישן האלבאינזל דעם 30סטן אפריל 711, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין [[גיבראלטאר]] אונטער [[טאריק איבן זאיאד]]. פון דארט זענען זיי געגאנגען ווייטער צפונדיק. במשך אכט יאר איז כמעט דער גאנצער איבערישער האלבאינזל געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער [[אומאישע אימפעריע|אומאישער אימפעריע]]. זיי זענען ווייטער געגאנגען אריבער די [[פירענעען]] אבער זיי זענען באזיגט געווארן אינעם [[קאמף פון טור]].
 
אין 750 האבן די [[אבאסישער כאליפאט|אבאסידן]] אראפגעווארפן די אומאיאדן און זיי אויסגעהרגעט.
 
אין 962 איז געגרינדעט געווארן די [[הייליגע רוימישע אימפעריע]] אונטער דעם פראנקישן מלך [[קארל דער גרויסער]], וואס דער פויבסט האט אים געזאלבט "קייסער"".
 
פון דעם 15טן יארהונדערט ביזן 17טן יארהונדערט זענען אייראפעישע אויספארשער ארומגעפארן די וועלט אויספארשן נייע לענדער.