אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קדושת לוי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
דער ספר פארמאגט א באזונדערע חשיבות, וויבאלד עס איז געדרוקט געווארן פון מאנוסקריפטן וועלכע ער האט אליין געשריבן - אנדערש ווי די מערהייט פון די ספרים פון חסידישע רבי'ס וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך תלמידים.
 
דער ספר אנטהאלט חסידישע תורות און בחינות אויף די סדר הפרשיות און ימים טובים, און ביים סוף איז פארהאן ליקוטים אויף פארשידענע מאמרי און אגדות חז"ל און בעיקר איז בארימט די '''קדושות''' ווי ער באשרייבט געוואלדיגע בחינות אויף די הייליגע טעג פון חנוכה און פורים און "כללות הניסים".
 
ווי רבי אהרן פון [[זיטאמיר]] שרייבט אין די הסכמה אין יאהר תקע"ה פאר אן אייניקל וועלכע וויל איבערדרוקן דעם זיידנס ספרים, איז עס ארגינעל ערשינען אין צוויי באזונדערע חלקים.
שורה 13:
 
== דרוקן ==
דער ספר איז איבערגעדרוקט געווארן אומצאליגע מאל, און אין עטליכע דרוקן (בעיקר אין ווארשא) האט מען צוליב די גרויסע הוצאת הדפוס ארויסגעלאזט אסאך חלקים פונעם ספר, וולכערוועלכע מ'האט שפעטער צוריקגעשטעלט אינעם מונקאטשער דרוק אונטערן נאמען "קדושת לוי השלם".
 
* [[סלאוויטא]] תקנ"ח (נאר די חלק אויף אגדות חז"ל און די קדושות)
שורה 28:
* ברוקלין תשנ"ח קדושת לוי השלם ח"ב (חלק פון קדושות און אויך די חידושים אויף פרקי אבות, ארויסגענומען פונעם ספר [[שמועה טובה]] מיט א מפתח הענינים און נאך, דורך מיכאל דערבארעמדיגער)
* ירושלים תשס"א קדושת לוי המפואר (אין אותיות מרובעות דורך מכון משמחי לב מיט א מפתח הענינים. עס איז געדרוקט געווארן אין צוויי בענדער און אין איין)
* ברוקלין תשס"ז ב"ח קדושת לוי השלם (איבערגעדרוקט דורך מיכאל דערבארעמדיגער מיט הוספות און תיקונים)
* ירושלים תשס"ח (אין אותיות מרובעות דורך ספרי אור החיים)