אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב גאלינסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'הרב '''יעקב יצחק גאלינסקי''' (תרפ"א, 1920כ"ב שבט תשע"ד, 23סטן יאנואר 2014) איז געו...'
 
שורה 4:
הרב יעקב איז געבוירן געווארן אין [[קריניק]], [[פויל]] צו ר' אברהם צבי גאלינסקי און זיין ווייב דבורה. אין די תר"צ יארן האט ער געלערנט אין דער [[נאווהארדאקער ישיבה]] אין [[ביאליסטאק]] אונטער דעם ראש ישיבה הרב [[אברהם יפה'ן]], אן איידעם פונעם [[יוסף יויזל הורוביץ|אלטער פון נאווהארדאק]]. אין 1941 איז ער געווארן דעפארטירט קיין [[סיביר]] צוזאמען מיט א גרופע פון א הונדערט ישיבה בחורים. אין דער תקופה נאך דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט-מלחמה]] האט ער געהייראט צביה בראד, טאכטער פון ר' חיים בנימין הלוי בראד, א [[ברסלב|בראסלאווער]] חסיד. א שטיק צייט איז ער געווען אין די [[שארית הפליטה יידן|שארית הפליטה לאגערן]] אין [[דייטשלאנד]], און אין 1949 איז ער ארויף אין [[ישראל]] וואו ער האט זיך באזעצט אין [[בני ברק]].
 
ער איז געווען א מקורב פונעם [[חזון איש]] און רבי [[יעקב ישראל קניעווסקיקאניעווסקי]]. אין די תש"י יארן האט ער געפירט א ישיבה אין [[ראש העין]] פאר יונגע [[תימנער יידן]]. אין די תש"כ יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון דער [[נאווהארדאקער ישיבה]] אין [[חדרה]], צוזאמען מיט נאך א נאווהארדאקער תלמיד, הרב אלחנן פערלמוטער.
 
יארן לאנג פלעג ער ארומגיין יישובים פון נייע אימיגראנטן און געדרשנט דארט. זיינע דרשות זענען געווען אויפן [[מוסר באוועגונג|מוסר]] סטיל פון נאווהארדאק, צוזמען מיט מעשה'לעך פון זיין לעבן.