אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 250:
נאך א באקאנטער פיגור אין דער בריטישער וויסנשאפט איז געווען [[מייקל פאראדיי]], וועלכער האט גאר אסאך אויפגעטאן אין דעם פעלד פון כעמיקאלן און אין עלעקטריע, ספעציעל אין [[עלעקטראמאגנעטישע אינדוקציע|עלעקטראמאגנעטישער אינדוקציע]] (די חכמה פון פראדוצירן עלעקטריע דורך עלעקטראמאגנאטישע כוחות) וואס האט שפעטער געפירט צו דער אויסטרעף פון עלעקטרישע גענעראטארן.
 
אויך אין דער מעדיצינישער וועלט האבן בריטישע וויסנשאפטלער געשפילט א גרויסע ראלע. באקאנט זענען [[דזשאסעף ליסטער]], וועלכער האט אויסגעפינען די אנטיסעפטיק אפעראציע (א געוויסע שליסל אפעראציע צו פארמיידן עטליכע אינפעקציעס) וועלכע ווערט היינט גענוצט אויף טויזנטער פאציענטן. סור [[אלעקסאנדער פלעמינג]], וועלכער האט אויסגעפינען פעניסילין[[פעניצילין]], די ערשטע פון די אנטיביאטיק מעדיצינישע פאמיליע. דריי אנדערע פיזיקער, [[ערנעסט ראטערפארדראדערפארד]], סור דזשאסעך[[דזשאסעף דזשאן טאמסאן]], און [[דזשאן דאלעס קאקראפט]] זענען פארצייכנט געווארן אלס איינע פון די 20 בעסטע שטודירער אין אטאמישע פארשונג.
 
די טעכנאלאגיע פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז נישט געווארן אנטוויקלט דורך וויסנשאפטלער, נאר דורך געלונגענע בעלי מלאכה ווי לאקסמיטס, סטאליער, קאוואלן, וועלכע האבן פיאנירט אינאוואציעס אויף די פריעסטע מאשינען. באקאנט אין דער קאטעגאריע איז געווען [[זשיימס וואט]], וועלכער האט אנטוויקלט פארע קראפט וואס און דעם [[דאמפמאטאר]], וואס איז אין יענע צייטן געווען איינע פון די הויפט קראפטן פאר פאבריק מאשינען. סעמיול קראמפטאן און ריטשארד ארקרייט, וועלכע האבן געברענגט צענדליגע שליסל אינווענטירונגן פאר סחורה מאשינען וועלכע ווערן נאך היינט גענוצט אין אלע סחורה פראדוצירונג פאבריקן. אין טייל טעקסטייל פאבריקן קען מען נאך היינט זען הענגען בילדער פון די צוויי ערפינדער.