אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13:
נאָך דער באַפֿרײַונג קורץ געוווינט אין [[מאָסקווע]], אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פֿעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער עשטער ייִדישער עדות אויפֿן [[נירנבערג פראצעס|נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פֿאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ–ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל ''די גאָלדענע קייט'' (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[ייִדיש]].
 
צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו 30 ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי [[טשעסלאַוו מילאָש]] און -[[ערי דע לוקאַ]] האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דײַטש]], [[פראנצויזיש|פֿראַנצייזיש]] און פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות.
ער איז ניפֿטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פֿון 96 יאָר.
 
שורה 44:
* די ערשטע נאַכט אין געטאָ (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1979)
* פֿון אַלטע און יונגע כּתבֿ–ידן (תּל–אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל–בוך, 1982)
ֿ* די נבֿואה פֿון שוואַרצאַפּלען (אַרײַנפֿיר פֿון רות ווײַס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1989)
* דער יורש פֿון רעגן (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1992)
* בײַם לייענען פּנימער (העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1993)