אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13:
נאָך דער באַפֿרײַונג קורץ געוווינט אין [[מאָסקווע]], אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פֿעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער עשטער ייִדישער עדות אויפֿן [[נירנבערג פראצעס|נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פֿאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ–ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל ''די גאָלדענע קייט'' (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[ייִדיש]].
 
צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו 30 ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי [[טשעסלאַוו מילאָש]] און -[[ערי דע לוקאַ]] האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דײַטש]], [[פראנצויזיש|פֿראַנצייזיש]] און פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות.
ער איז ניפֿטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פֿון 96 יאָר.
 
==ביכער==
=== אין ייִדיש===
* לידער (וואַרשע, ביבליאָטעק פֿון ייִדישן פּען–קלוב, 1937)
* וואַלדיקס (ווילנע, ייִדישער ליטעראַטן–פֿאַראיין און פּען–קלוב, 1940)
* די פֿעסטונג (ניו–יאָרק, איקוף, 1945)
* לידער פֿון געטאָ (ניו–יאָרק, איקוף, 1946)
* ווילנער געטאָ 1944-1941 (פּאַריז, פֿאַרבאַנד פֿון די ווילנער אין פֿראַנקרײַך, 1946)
* פֿון ווילנער געטאָ (מאָסקווע, אָגיז מעלוכע–פֿאַרלאַג „דער עמעס“, 1946)
* ווילנער געטאָ 1944-1941 (בוענאָס–אײַרעס, איקוף, 1947)
* ייִדישע גאַס (ניו–יאָרק, פֿאַרלאַג מתּנות, 1948)
* געהיימשטאָט (תּל–אָבֿיבֿ, פֿרײַנד פֿונעם מחבר, 1948)
* אין פֿײַער–וואָגן (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1952)
* סיביר (צייכענונגען פֿון [[מאַרק שאַגאַל]], ירושלים, 1953)
* פֿון דרײַ וועלטן (בוענאָס–אײַרעס, ליטעראַטן און זשורנאַליסטן–פֿאַראיין, 1953)
* אָדע צו דער טויב ( (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1953)
* אין מידבר סיני ( (תּל–אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג פּרץ–ביבליאָטעק, 1955)
* אָאַזיס ( (תּל–אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1960)
* גײַסטיקע ערד (האָלצשניטן פֿון אַרטור קאָלניק, ניו–יאָרק, פֿאַרלאַג דער קוואַל, 1961)
* פּאָעטישע ווערק באַנד 1 - 2 (תּל–אָבֿיבֿ, יובֿל–קאָמיטעט, 1963)
* לידער פֿון ים–המוות (תּל–אָבֿיבֿ — ניו–יאָרק, פֿאַרלאַג בערגען–בעלזען, 1968)
* פֿירקאַנטיקע אותיות און מופֿתים ( (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1968)
* צײַטיקע פּנימער (תּל–אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1968)
* די פֿידלרויז (צייכענונגען פֿון מאַרק שאַגאַל, (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1974)
* גרינער אַקוואַריום (אַרײַנפֿיר פֿון רות ווײַס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1975)
* לידער פֿון טאָגבוך ( (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1977)
* דאָרטן וווּ עס נעכטיקן די שטערן ( (תּל–אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל–בוך, 1979)
* די ערשטע נאַכט אין געטאָ (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1979)
* פֿון אַלטע און יונגע כּתבֿ–ידן (תּל–אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל–בוך, 1982)
ֿ* די נבֿואה פֿון שוואַרצאַפּלען (אַרײַנפֿיר פֿון רות ווײַס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1989)
* דער יורש פֿון רעגן (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1992)
* בײַם לייענען פּנימער (העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1993)
* צעוואַקלטע ווענט (תּל–אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1996)
 
== וועבלינקען ==