אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קיין [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפֿט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט [[מאקס וויינרייך|מאַקס ווײַנרײַך]]. זײַן ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פֿון דער „בין“.
אין 1934 אַרײַנגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, [[חיים גראַדע]] א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפֿטער אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום [[ייִוואָ]]. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זײַן ערשטער פּאָעזיע־באַנד ''לידער''.
נאָכן דײַטשן אָנפֿאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פֿון דער [[צװײטער װעלט מלחמה]], געבליבן פֿאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי פֿריידקע אין [[ווילנער געטא|ווילנער געטאָ]]. באַטייליקט אין גײַסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פֿון זעלטענע ספֿרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פֿון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פֿון דער פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פֿ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפֿער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ [[פּאַרטיזאַנער]]־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפֿט די דײַטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער. אין געטאָ און אין וואַלד כּסדר געשריבן. זײַנע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרײַבער ווי [[באָריס פּאַסטערנאַק]], [[איליאַ ערענבורג]] און [[וואַסילי גראָסמאַן]]. רעכענענדיק אַז ער קען צו ניץ קומען אין מאָסקווע פֿאַר דער אַרבעט פֿון [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט|ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט]], האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער [[מלחמה]] האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער 80 לידער.
נאָך דער באַפֿרײַונג קורץ געוווינט אין [[מאָסקווע]], אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פֿעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער עשטער ייִדישער עדות אויפֿן [[נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פֿאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ–ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל ''די גאָלדענע קייט'' (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[ייִדיש]].
צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו 30 ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דײַטש]], [[פֿראַנצייזיש]] און פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות.
ער איז ניפֿטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פֿון 96 יאָר.