אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
== ביאָגראַפֿיע ==
 
אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 אין [[סמאָרגאָן]], הײַנט [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל אַרום 70 ק“מ פֿון [[װילנע]]. זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פֿײַנבערג, מחבר פֿון ספֿר „אפֿיקי מגינים“ אויפֿן שולחן–ערוךשולחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פֿאַרטריבן פֿון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפֿונען אַ מקום–מיקלטמקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פֿון אָמסק, בײַם טײַך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פֿאַריתומט געוואָָרן פֿון זײַן פאָטער.
נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קײַן [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפֿט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד–תּורהתּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש–שפּראַכיקערפּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער געמנאַזיעגימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישיסטישער סקויטן–אָרגאַניזאַציעסקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט [[מאקס וויינרייך|מאַקס ווײַנרײַך]]. זײַן ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פֿון דער „בין“.
אין 1934 אַרײַנגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, [[חיים גראַדע]] א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפֿטער אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום [[ייִוואָ]]. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זײַן ערשטער פּאָעזיע–באַנדפּאָעזיע־באַנד ''לידער''.
נאָכן דײַטשן אָנפֿאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פֿון דער [[צװײטער װעלט מלחמה]], געבליבן פֿאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי פֿריידקע אין [[ווילנער געטא|ווילנער געטאָ]]. באַטייליקט אין גײַסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פֿון זעלטענע ספֿרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פֿון אַ קולטור–לעבןקולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פֿון דער פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער–אָרגאַניזאַציעפּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פֿ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפֿער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ [[פּאַרטיזאַנער]]–אָפּטייל־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפֿט די דײַטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער. אין געטאָ און אין וואַלד כּסדר געשריבן. זײַנע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש–רוסישעייִדיש־רוסישע שרײַבער ווי [[באָריס פּאַסטערנאַק]], [[איליאַ ערענבורג]] און [[וואַסילי גראָסמאַן]]. רעכענענדיק אַז ער קען צו ניץ קומען אין מאָסקווע פֿאַר דער אַרבעט פֿון [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט]], האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער [[מלחמה]] האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער 80 לידער.
נאָך דער באַפֿרײַונג קורץ געוווינט אין [[מאָסקווע]], אין [[לאדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פֿעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער עשטער ייִדישער עדות אויפֿן [[נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס–פֿאַרברעכערקריגס־פֿאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל ''די גאָלדענע קייט'' (תּל–אָבֿיבֿתּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[ייִדיש]].
צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו 30 ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דײַטש]], [[פֿראַנצייזיש]] און פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות.
ער איז ניפֿטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל–אָבֿיבֿתּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פון 96 יאָר.
== וועבלינקען ==