אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 אין [[סמאָרגאָן]], הײַנט צו טאָג אין [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל אַרום 70 ק“מ פֿון [[װילנע]]. זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פֿײַנבערג, דער מחבר פֿון „אפֿיקי מגינים“ אויפֿן שולחן–ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פֿאַרטריבן פֿון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפֿונען אַ מקום–מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פֿון אָמסק, בײַם טײַך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פֿאַריתומט געוואָָרן פֿון זײַן פאָטער.
נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קײַן [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפֿט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין תּלמוד–תּורה „בית–יהודה“ און שפּעטער אין דער פּויליש–שפּראַכיקער ייִדישער געמנאַזיע „הרצליה“. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישיסטישער סקויטן–אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט [[מאקס וויינרייך|מאַקס ווײַנרײַך]]. זײַן ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פֿון דער „בין“.
אין 1934 אַרײַנגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, [[חיים גראַדע]] א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפֿטער אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן. אין 1937
במשך פֿון דער [[צװײטער װעלט מלחמה]] געװױנט אין [[ווילנער געטא]]. אין 1943 אַנטלאָפֿן פֿון דער געטאָ און געװױנט אין װאַלד װי אַ [[פּאַרטיזאַן]], ווי ער איז געראטעוועט געווארן דורך אן [[עראפלאן]], געשיקט דורך די [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט]] אים אפצונעמען, און אין וועלכן ער איז אויך געווען א מיטגליד. בײ דער [[מילחמה]] האָט ער געשריבן איבער 80 לידער.