אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
== ביאגראפיע ==
 
אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 אין [[סמאָרגאָן]], הײַנט צו טאָג אין [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל עפּעס 70 קילאָמעטער פֿון [[װילנע]]. זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פֿײַנבערג, קליינווײַז איז ער פֿאַריתומט געוואָָרן פֿון זײַן פאָטער.
נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קײַן [[װילנע]], װוּ ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון די בין, די [[בונד]]ס יוגנט־גרופּע. ער האט אנגעהויבן שרייבן פאעזיע ביי 13 יאר. זײַן ערשטע ליד איז דערשינען געװאָרן אין 1934. במשך פֿון דער [[צװײטער װעלט מלחמה]] האָט ער געװױנט אין דער [[ווילנער געטא]]. אין 1943 איז ער אַנטגעלױפֿן פֿון דער געטאָ און האָט ער געװױנט אין װאַלד װי אַ [[פּאַרטיזאַן]], ווי ער איז געראטעוועט געווארן דורך אן [[עראפלאן]], געשיקט דורך די [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט]] אים אפצונעמען, און אין וועלכן ער איז אויך געווען א מיטגליד. בײ דער [[מילחמה]] האָט ער געשריבן איבער 80 לידער.