אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 53:
 
אין יאר 1789 האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין פראנקרייך קעגן די מאנארכיע און אסאך לענדער זענען געווארן פארמישט אין דעם קאנפליקט צוליב זייער אפאזיציע צו א מאנארכיע קראפט. עטליכע בריטישע פיליזאפן האבן אסאך גורם געווען צו דעם רעוואלוציע און בכלל האט פראנקרייך זיך שוין לאנג געוואלט אויסגעבן איר 500 יעריגע כעס אויף בריטאניע און האט געמאלדן מלחמה קעגן בריטאניע.
די בריטישע מיליטער האט זיך שטארק פארלייגט צו באשיצן אירע קאלאניעס אין אלע וואסערן און געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט מיט איר אויסגעצייכנטע נעיווי. די קריג האט לאנג געדויערט (ארום 5 יאר) און די בריטישע האבן געמאכט גרויס פארשריט. נישט נאר וואס בריטאניע האט באשיצט אירע קאלאניעס, זי האט איינגענומען כמעט אלע פראנצויזישע קאלאניעס אלס נקמה. אין יאר 1798 האט דער בריטישער [[פלאט]] געגעבן דעם לעצטן קלאפ פאר די פראנצויזישע ווען זיי האבן איינגענומען איינע פון פראנקרייך'ס גרעסטע קאלאניעס (טראלפאגער) און עטליכע גאר הויכע פראנצויזישע גענעראלן האבן זיך אונטערגעגעבן. די טראלפאגער זיג איז באצייכנט געווארן אין די ביכער אלס בריטאניע'ס גרעסטע ים־פלאט זיג.
 
די גוטע יארן אין בריטאניע איז שטארק פארמינערט געווארן ווען עס האט אויסגעבראכן איינע פון די שווערסטע מלחמות פאר בריטאניע – דער [[ערשטער וועלט קריג]].