אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווילנער גאון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
==זיין יוגנט==
דער ווילנער גאון איז געבוירן געווארן [[ט"ו ניסן]] [[ה'ת"פף]] לפ"ק, צו זיין פאטער ר׳ [[שלמה זלמן]], דעם אייניקל פֿון ר׳ [[משה קרעמער]] און ר׳ [[משה רבקש]].
 
וואו ער איז געבוירן געווארן איז א קעגנשאפט פון וויכּוחים. עטלעכע היסטאריקער האלטן, אז זיין געבורט-ארט איז געווען [[סעליץ]], א דערפל נישט ווייט פון [[בריסק]], פון וואנעט שטאמט זיין מאמע. אנדערע זענען אויף דער מיינונג, אז ער איז געבוירן געווארן אין [[ווילנע]] גופא. סיי ווי סיי לויט אלע סימנים האט אליהו פארבראכט זיין קינדהייט אין ווילנע<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
שורה 11:
פון אלס גאר יונג קינד האט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון א געטליכן עילו'יש קינד, מיט א געבענטשטן מח, וואס כאפט אויף און פארשטייט אלץ אין דער וועלט. ביי די זעקס יאר האט ער שוין גע'דרשנ'ט אין דער גרויסער שטאטישער [[בית הכנסת]]. ביי די צען יאר האט שוין קיין מלמד נישט געקענט לערנען מיט אים, איבערשטייגענדיג יעדן וואס איז געקומען מיט אים אין תורה'דיגער בארירונג. {{מקור}}
 
עס איז אנגענומען אז ער האט געלערנט תורה ביים גאון ר' [[משה מרגליות]], דער פארפאסער פונעם ספר [[פני משה]] אויף [[תלמוד ירושלמי]] אין דידער שטאט [[קיידאן]]. זייענדיג אין א גאר יונגן עלטער האט ער דארט געטראפן זיין שידוך מיטן מיידל חנה, די טאטכער פון ר' יודא לייב קיידאנער. {{מקור}}
 
זיין פרוי האט אים גאר ערליך און געטריי באדינט און אלץ געטאן אז איר מאן זאל קענען בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט. עס ווערט דערציילט אז דער גאון האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט משבת לשבת, נאר עוסק געווען בתורה מיט אן אבנארמאלע התמדה יומם ולילה ממש. {{מקור}}