אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווילנער גאון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Vilna Gaon portrait.gif|קליין|250px|דער ווילנער גאון]]
רבי '''אליהו בן שלמה זלמן''', באוואוסט ווי דער '''ווילנער גאון''','''דער גאון''', '''הגאון החסיד''' אדער '''הגר״א''' (פֿאַר "הגאון רבינו אליהו") ([[ט"ו ניסן]] [[ה'ת"ף]], [[23סטן אפריל]] [[1720]] – [[י"ט תשרי]] [[ה'תקנ"ח]], [[9טן אקטאבער]] [[1797]]) איז געװען א גרויסער [[תלמיד חכם]] און בן־תורה, איינער פֿון די גרעסטע למדנים פֿון די לעצטע יארהונדערטער און דער גרינדער פֿון דער [[מתנגדות]] באוועגונג קעגן [[חסידות]]. זייענדיק פון די [[אחרונים]] איז ער אבער געוועןאן א יוצא דופןאויסנאם אין זיין אויטאריטעט צווישן יידן אין זיין צייט און עד־היום<ref name=Etkes02/>.
 
==זיין יוגנט==
דער ווילנער גאון איז געבוירן געווארן [[ט"ו ניסן]] [[ה'ת"פ]] לפ"ק, צו זיין פאטער ר׳[[שלמה זלמן]], דעם אייניקל פֿון ר׳[[משה קרעמער]] און ר׳[[משה רבקש]].
 
וואו ער איז געבוירן געווארן איז א קעגנשאפט פון וויכּוחים. עטלעכע היסטאריקערסהיסטאריקער האלטן, אז זיין געבורטסארטגעבורט-ארט איז געווען [[סעליץ]], א דערפל נישט ווייט פון [[בריסק]], פון וואנעט שטאמט זיין מאמע. אנדערע זענען אויף דער מיינונג, אז ער איז געבוירן געווארן אין [[ווילנע]] גופא. סיי ווי סיי לויט אלע סימנים האט אליהו פארבראכט זיין קינדהייט אין ווילנע<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
 
יינגלווייז האט אליהו באוויזן זיין נטיה צו לימוד. אין עלטער פֿון זעקס יאר מיט א האלב האט ער געזאגט א דרשה אין דער גרויסער ווילנער שול פאר די גדולי ווילנא. יענעם שבת האט אים פֿארהערט ר׳העשיל, דער ראש בית־דין. ער האט אים געבעטן צו זאגן אן אנדער דרשה, וואס ער האט נישט אויסגעלערנט מיט זיין טאטען. און אלע זענען נשתּומם געווארן פֿון זיין נייער רייד, וואס ער האט צוגעגרייט אין איין שעה<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
 
פון אלס גאר יונג קינד האט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון א געטליכן עילו'יש קינד, מיט א געבעטשןגעבענטשטן מח, וואס כאפט אויף און פארשטייט אלץ אין דער וועלט. ביי די זעקס יאר האט ער שוין גע'דרשנ'ט אין דער גרויסער שטאטישער [[בית הכנסת]]. ביי די צען יאר האט שוין קיין מלמד נישט געקענט לערנען מיט אים, איבערשטייגענדיג יעדן וואס איז געקומען מיט אים אין תורה'דיגער בארירונג. {{מקור}}
 
עס איז אנגענומען אז ער האט געלערנט תורה ביים גאון ר' [[משה מרגליות]], דער פארפאסער פונעם ספר [[פני משה]] אויף [[תלמוד ירושלמי]] אין די שטאט [[קיידאן]]. זייענדיג אין א גאר יונגן עלטער האט ער דארףדארט געטראפן זיין שידוך מיטן מיידל חנה, די טאטכער פון ר' יודא לייב קיידאנער. {{מקור}}
 
זיין פרוי האט אים גאר ערליך און געטריי באדינט און אלץ געטאן אז איר מאן זאל קענען בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט. עס ווערט דערציילט אז דער גאון האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט משבת לשבת, נאר עוסק געווען בתורה מיט אן אבנארמאלע התמדה יומם ולילה ממש. {{מקור}}
שורה 27:
לויט געוויסע קוועלער האט ער גוט געקענט [[כירירוגיע]] און [[חכמת הרפואה]], אבער זיין פאטער האט אים פארבאטן זיך צו פארטיפן דערין, כדי עס זאל אים נישט שטערן פון לערנען. זיין ברייטן מח און טיפער פארשטאנד האט אים דערמעגליכט צו פארשטיין און פארנעמען אלעס, מיט א קלארקייט. {{מקור}}
 
פון וואנעט ער האט געקענט אלע וועטליכע חכמות זענען פאראן תלמידים וואס זאגן אז ער האט דאס געקענט דורך דער תורה. דערקעגן ר' [[ישראל שקלאווער]], פון זיינע גרויסע תלמידים שרייבט אבער אז ער האט עוסק געווען אין געוויסע לימודי חול, כדי צו קענען חכמת הטבע און נפלאות הבורא. (אין הקדמה צו זיין ספר פאת השלחן).
 
==זיינע קינדער==
 
==זיינע תלמידים==
 
==זיינע ווערק==
טראצדעם וואס דער גאון האט געשריבן גאר אסאך חידושים און פערפאסט צענדליגער חיבורים אויף אלערליי מקצועות אין דער תורה, איז דאך גארנישט געדרוקט געווארן אין זיין לעבן. ערשט נאכדעם וואס ער איז אוועק פון דער וועלט האבן זיין תלמידים אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיינע חידושים און ספרים, וועלכע ציילן זיך צו איבער 70זיבעציג ספרים, אויף מקרא, משנה און גמרא, און אנדערע מקצועות התורה.
 
פאלגנד איז א טייל ספרים:
* ביאור הגר"א אויף ד' חלקי שלחן ערוך פון כתב יד, אריינגעדרוקט אין די אלטע ש"ע'ס
* [[דבר אליהו]] אויף ספר [[איוב]]
* [[דברי אליהו]]
* [[נפלאות אליהו]]
* [[קול אליהו]]
 
עס איז דא פירושים פונעם גר"א אויף: ספר יונה, שיר השירים, מגילת אסתר און רות.
 
== רעפֿערענצן ==