אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כוזרים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מוסולמענער און קריסטן
שורה 3:
 
== שפּראַך ==
[[טעקע:Khazar word in the Kievian letter.PNG|thumb|400px|כאַזאַרישע אויפשריפט אויפן קיעווער בריוו, אָנגעשריבן מיט אַלט־אונגערישע רונען (געלייענט פון רעכטס אויף לינקס): "מיר האָבן געלייענט. איליק"]]
די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו [[טירקישע שפּראַכן]]<ref name=Erdal07/>, הגם ס׳איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער<ref name=Harkavy65/>. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ [[רונען|רונישן]] כתב (אָדער כתבן). די אופשריפטן זיינען קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגלעכט דעשיפרירונג, זיינען זייער זעלטן.: די סימבאָלן גופא געהערן צו אַלט־טירקישע<ref name=Pletneva76/> אָדער (אויפן [[קיעווער בריוו]]) להיפוך צו אַלט־אונגערישע רונען<ref name=Hosszu12/>. די אויפשריפטן זיינען אָבער קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגלעכט דעשיפרירונג, זיינען זייער זעלטן. אַנדערע לינגוויסטישע ראַיות קומען פון [[העברעאיש|לשון־קודשדיקע]], [[אַראַביש]]ע און [[גריכיש]]ע מקורים.
 
אַזוי אַרום כמעט אַלע לינגוויסטישע ראיות קומען פון [[העברעאיש|לשון־קודשדיקע]], [[אַראַביש]]ע, [[גריכיש]]ע און אַנדערע מקורים. די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט ‫בולט‬, ס׳איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון [[טשוּוואַשןטשואוואַשן]] און [[וואָלגע־בולגאַרן]], וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זיינען קרובים צום כאַזאַרישן לשון<ref name=Erdal07/>, הגם עס זיינען דאָ ראַיות, אַז כאַזאַריש איז געווען נאָענטער צו כלל־טירקעשע לשונות<ref name=Hosszu12/>.
 
== רעליגיע ==
=== פּאַגאַניזם ===
תּחילתתחילת זיינען די כוזרים געווען [[פּאַגאַנער]]: זיי האָבן געדינט נאַטירלעכע כוחות און האָבן געשמועסט מיט גייסטער דורך [[שאַמאַנען]]. דער [[פּאַנטעאָן]] פון געטער ביי כאַזאַרן איז געווען ענלעך צו דעם פון אנדערע טירקישע (און מאָנגאָלישע) שבטים. בראָש פונעם פּאַנטעאָן איז געשטאַנען [[טענגרי]], דער גאָט פון הימל און, לויט זייערזייערע פאָרשטעלונגען, דער שאַפער פונעם עולם. אַנדערע געטער האָבן כולל געווען כלערלייע שליטות פון נאַטור. זיי האָבן אויך געהאַט אַ געטין פון פרוכטבאַרקייט, וואָס איז דער געוויינלעכער שטייגער אין פּאַגאַנישע שיטות, וואָס זיי האָבן זי גערופן אומייאומײַ<ref name=Flerova01/><ref name=Brook06/>.
 
זיי האָבן אָפּגעגעבן כבוד חיות, און כאַזאַרישע שבטים האָבן געהאַט אייגענע [[טאָטעמס]]. ס׳איז אויך געוווּסטגעוואוסט, אַז כאַזאַרישע שאַמאַנען פלעגן געבן קרבנות צו דעמבער, באשר דאָמב איז געווען ביי זיי און אנדערע טירקן אַ הייליקער בוים<ref name=Brook06/>.
 
כוזרים האָבן געבויט ספּעציעלע מזבחות און [[געצן]], געמאַכט [[אַמולעט]]ן און כלערלייע בילדער אויף כלים און אנדערעאַנדערע זאַכן מיט רעליגיעזע סימבאָלן און סצענעס<ref name=Pletneva99/><ref name=Flerova01/><ref name=Brook06/>. די דאָזיקע אָפּמאָלונגען ווייזן אמתע און מעשהדיקמעשהדיקע חיות, מענטשן און אַבסטראַקטע פיגורן. דער טייטש פון זיי איז אָבער ניט תּמידתמיד קלאָר און למשל געשטאַלטן פון הויפּטגעטער אָדער שאַמאַנען זיינען צווישן זיי ניטאָ<ref name=Flerova01/>.
 
=== מאָנאָטעאיזם ===
די באַפעלקערונג פון כאַזאַריע איז געווען פיל־מיניק און האָט איינגעשלאָסן אַ סך פעלקער (חוץ די כאַזאַרן גופא), וואָס האָבן געהאַט פאַרשידענע רעליגיעס. [[מוסולמענער]], [[קריסטן]] און [[יידן]] האָבן באַוואוינען וויכטיקע סוחרישע שטעט אין כאַזאַריע: כאַזאַראַן, סאַמאַנדאַר און אַנדערע. דאָרטן האָבן זיי געהאַט אייגענע הייזער פאַר גאָטסדינסט, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אין גרויסער זאָל אַנטפּלעקט<ref name=Brook06/>.
 
אַ סך מוסולמענער זיינען געקומען אין כאַזאַריע פון שכנותדיקע לענדער:בפרט פון [[איראַן]] און [[כֿוואַרעזם]], און עטלעכע כאַזאַרן האָבן אַליין אָנגענומען [[איסלאַם]] סוף 7טן - סוף 10טן י״ה. איינער פון די קאַגאַנען האָט אין 737 געמוזט צו ווערן אַ מוסולמענער ווי אַ פועל־יוצא פון מפּלה אין דער מלחמה מיט אַראַבישער אַרמיי<ref name=Wasserstein07/><ref name=Brook06/>.
 
קריסטישע שיטה איז אויפגעקומען אין כאַזאַריע פון פאַרשידענע קוואַלן, אָבער דווקא די [[ביזאַנט]]ישע קריסטן, וואָס זיינען מאַסנווייז אנגעהויבן צו קומען תחילת קיין [[קרים]] זינט 8טן י״ה, זיינען געווען מערסטנס אַקטיוו אינעם טויפן פון כאַזאַרן. עס זיינען דאָ ראַיות, אַז זייערע טעטיקייט איז געווען אויפטואיק: די כאַזאַרן האָבן בפירוש געבויט אייגענע [[קלויסטער]]ס און עס איז דאָ אַ געשיכטע פון אַ טויפן פון בערך צוויי הונדערט איידלע כאַזאַרן דורך באַרימטן קריסטלעכן [[מיסיאָנער]] קיריל אין <ref name=Brook06/>861.
 
== רעפערענצן ==
שורה 25 ⟵ 34:
<ref name=Hosszu12>Hosszú G (2012) Heritage of Scribes: The Relation of Rovas Scripts to Eurasian Writing Systems. Rovas Foundation, Budapest, 312 pp</ref>
<ref name=Pletneva76>Плетнёва СА (1976) Хазары. Наука, Москва, 93 с</ref>
<ref name=Wasserstein07>Wasserstein DJ (2007) The Khazars and the world of Islam. ''In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives'': 373–386</ref>
</ref>
 
}}