אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כוזרים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 3:
 
== שפּראַך ==
די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו [[טירקישע שפּראַכן]]<ref name=Erdal07/>, הגם ס׳איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער<ref name=Harkavy65/>. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ [[רונען|רונישן]] כתב (אָדער כתבן). די אופשריפטן זיינען קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגלעכט דעשיפרירונג, זיינען זייער זעלטן. די סימבאָלן גופא געהערן צו אַלט־טירקישע<ref name=Pletneva76/> אָדער (איופןאויפן [[קיעווער בריוו]]) להיפוך צו אַלט־אונגערישע רונען<ref name=Hosszu12/>.
 
אַזוי אַרום כמעט אַלע לינגוויסטישע ראיות קומען פון [[העברעאיש|לשון־קודשדיקע]], [[אַראַביש]]ע, [[גריכיש]]ע און אַנדערע מקורים. די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט ‫בולט‬, ס׳איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון [[טשוּוואַשן]] און [[וואָלגע־בולגאַרן]], וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זיינען קרובים צום כאַזאַרישן לשון<ref name=Erdal07/>.