אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ראמעא און יוליא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
 
[[טעקע:Romeoandjuliet1597.jpg|די ערשטע געדרוקטע פאסונג פון דעם שוישפיל, ה'שנ"ז.|קליין|200px]]
'''ראָמעאָ און יוליאַ''' ([[ענגליש]]: ''Romeo and Juliet'') איז א [[טראגעדיע]] פון [[וויליאם שייקספיר]], געשריבען פון [[ה'שנ"א]] צו [[ה'שנ"ה]] און מסתמא ערשט געשפילט אם [[ה'שנ"ז]]. דער שטוק באזירט זיך אויף '''די טראגישע מעשה פון ראמעאס און יוליא''' (''The Tragical History of Romeus and Juliet''), איבערגעזעצט פון אן אונבאקאנטן קוואל אויף ענגליש אם [[ה'שנ"ב]] דורך ארטהור ברוק. [[פראפעסאר]] גארי טיילאר גלויבטע דאס אין שייקספיר'ס לעבענסצייט, "ראמעא און יוליה" האט געווען נאר די זעכסטע פון זיינער פארשטעלונגען אין פּאָפּולאַריטעט,<ref>Taylor, Gary (2002). '''Shakespeare plays on Renaissance Stages'''. In Wells, Stanley; Stanton, Sarah. The Cambridge Companion to Shakespeare on Stage. Cambridge: Cambridge University Press. זייטה 18.</ref> אבער היינט איז זי פילייכט זיינער באקאנטעסטע ווערק, נעבען ''[[האמלעט]]'', און איינער דער בארימטסטע שוישפילער איבערהויפט. דער ערשטר אקטיאר וואס האט געשפילט ראמעא, אין ארום ה'שנ"ז, איז געווען ריטשארד ברבאזש, און די ערשטע יוליא האט געווען א יונגערמאן, ראבערט גאפע; דעמעלסט ווערן פרויען נישט ערלויבט צו שפילען ביי טעאטער.<ref>Halio, Jay (1998). Romeo and Juliet: A Guide to the Play. Westport: Greenwood Press. זייטה 97.</ref> נאר אם [[ה'תכ"ב]] שפילטע א פרוי, מרי סאַונדערסאָן, די ראלע צום ערשטען מאל.<ref>Halio, זייטה 102.</ref>
 
דער שוישפיל איז נאך יידיש איבערגעזעצט געווארן דורך דוד משה הרמאלין אין [[ה'תרנ"ד]], און ערשט געשפילט אם [[י"ג אלול]] דעמזעלבן יאר, אויף די בינע דעס "טאליא טעאטער", [[ניו יארק]], מיט קעני ליפצין אלץ יוליא און באריס טאמאשעווסקי אלץ ראמעא.<ref>Joel Berkowitz. '''Shakespeare on the American Yiddish Stage'''. University of Iowa Press, 2005. זייטה 141.</ref> "ראָמעאָ און יוליאַ" האט אינספירירט א סך [[קינסטלער]] פון פארשיידענע פעלדער צו שאפן [[פארשטעלונג]]ען, [[פילם|פילמען]], [[מוזיק]], [[טאנץ|טענץ]] און נאך. אין סוף פֿון תש"ע איז אַרױס אַ ייִדיש־שפּראַכיקע װערסיע פֿונעם פֿילם מיטן נאָמען "ראָמעאָ און יוליאַ אויף יידיש" ("Romeo and Juliet in Yiddish").