אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי שעכטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2903954 (translate me)
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:N540740400 15328 512.jpg|left|thumb|250px|ד"ר '''מרדכי שעכטער''' ]]
ד"ר '''מרדכי שעכטער''' (2007-19271927–2007), דער דריטער [[רעדאקטאר|רעדאַקטאָר]] פֿון אױפֿן שװעל (1957־20041957–2004), איז געװען אַ באַװוּסטער [[יידיש|ייִדיש]]־[[לינגוויסטיק|לינגװיסט]], ־[[שרייבער|שרײַבער]], און ־[[לערער]]. ער איז געבױרן געװאָרן אין [[טשערנאוויץ|טשערנעװיץ]] (דעמאָלט [[רומעניע]]) אין 1927 און האָט געקראָגן זײַן [[דאקטאראט|דאָקטאָראַט]] אין לינגװיסטיק פֿון [[ווינער אוניווערסיטעט|װינער אוניװערסיטעט]] אין 1951. פֿון דעמאָלט אָן װױנט ער אין [[אמעריקע|אַמעריקע]]. ער האָט פֿון 1972 געלערנט ייִדיש אין [[קאלומביע אוניווערסיטעט|קאָלומביע־אוניװערסיטעט]] אין [[ניו יארק|ניו־יאָרק]] און, פֿון 1981 ביז ער איז אַרױס אױף [[פּענסיע]] אין די סוף 80ער יאָרן, איז ער דאָרט געװען דער עלטערער לעקטאָר אין ייִדיש־לימודים. ער האָט געלערנט [[שפראך|שפּראַך]] אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, [[ליטעראטור|ליטעראַטור]] און [[קולטור]] בײַם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן [[אינסטיטוט]] — [[ייווא|ייִװאָ]] און קאָלומביע־אוניװערסיטעט פֿון איר אָנהײב אין 1968 ביז 2002. ער האָט אױך געלײענט ייִדיש־קורסן אין ייִדישן טעאָלאָגישן [[סעמינאר|סעמינאַר]] (1960־19621960–1962), אין ייִדישן לערער סעמינאַר/[[הרצליה]] (1962־19781962–1978), און אין [[ישיבה אוניווערסיטעט|ישיבֿה־אוניװערסיטעט]] (1968־19731968–1973). ער איז געװען דער לערער פֿון אַ סך אָנגעזעענע װיסנשאַפֿטלערס און [[פראפעסאר|פּראָפֿעסאָרן]] פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און [[געשיכטע]] איבער דער גאָרער װעלט. (ס'איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן אַז) כּמעט יעדער באַקאַנטער ייִדיש־לערער אָדער ־געלערנטער אין [[USA|צפֿון־אַמעריקע]] אין די לעצטע פֿערציק יאָר, און אַ סך פֿון אַנדערע [[קאנטינענט|קאָנטינענטן]] אױך, האָבן זיך געלערנט בײַ מרדכי שעכטערן.
 
מרדכי שעכטער איז געקומען קײן אַמעריקע אין 1951 אָבער ער האָט געאַרבעט פֿאַרן ייִװאָ נאָך זינט 1947, צו ערשט װי אַ זאַמלער פֿאַר דעם ייִװאָ־אַרכיװ אין די פּליטים־לאַגערן אין [[עסטרייך|עסטרײַך]], דערנאָך אין ניו־יאָרק װי אַ [[ביבליאגראף|ביבליאָגראַף]] און [[קארעקטאר|קאָרעקטאָר]] (1954־19561954–1956); צום סוף, פֿון 1971 ביז 1986, װי דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט [[ייִדישע שפּראַך]], אַ זשורנאַל אַרױסגעגעבן פֿון ייִװאָ איבערגעגעבן כּלל־ייִדיש — אַרױסרעד, [[גראמאטיק|גראַמאַטיק]], װאָקאַבולאַר אאַז"ו.
 
ער איז געװען דער הױפּט־[[אינטערוויוירער|אינטערװיויִרער]] און [[מיטרעדאקטאר|מיטרעדאַקטאָר]] פֿון דעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־[[אטלאס|אַטלאַס]] (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) פֿון 1961 ביז 1970, װי אױך מיטרעדאַקטאָר פֿון דעם גרױסן [[ווערטערבוך|װערטערבוך]] פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין די 1980ער.