אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גירוש שפאניע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''גירוש שפאניע''' (אדער גירוש ספרד) איז די געצווינגענע גירוש (פארטרייבונג) פון די אידישע...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 3:
די אידן האבן געהאט אן אויסוואל: זיך צו [[שמד|שמד'ן]] צו קריסטענטום אדער צו פארלאזען דאס לאנד אין לויף פון 4 מאנאטן. א טייל אידן האבן אויסגעקליבן זיך צו שמד'ן, כאטשיג אויסערליך, און זענען געבליבן אין שפאניע ווי אנוסים (מאראנאס). די אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן זענען אנטלאפן צו דערנעבענדיגע לענדער ביי די בארטענעס פונעם [[מיטלענדישער ים]] צו [[צפון אפריקע]] און צו די [[אטאמאנישע אימפעריע]], און אין [[אייראפע]]: קיין [[פראנקרייך]], [[בריטאניע]], [[איטאליע]], [[בולגאריע]], די נידריגע לענדער ([[האלאנד]] און [[בעלגיע]]) און [[דייטשלאנד]].
 
די באפעל האט אפגעשפיגעלט די פאנאטיש אידעלאגישע פאליטיק פון די שפאנישע קעניגרייך וואס האט געוואלט ערצייגן א פאראייניגטע קריסטליכע קעניגרייך, אהן קיין רעליגיעזע מינאריטעט. אין די זעלבע צייט וואס מען האט דעפארטירט די אידן האט די רעגירונג שוין געוועבט פלענער איבער די פארטרייבונג פון די מוסלימענער פון שפאניע. נאך א סעריע פון מוסלעמענע גירושים פון גרענאדע האט די קאסטילע קעניגרייך אום ה'רס"ב (1502) ארויסגעגעבן א קעניגליכע באפעל אויף די מוסלעמענער וואס וואוינען אונטער די קעניגרייך זיך צו טוישן צו קריסטענטום אדער צו פארלאזן די לאנד. צוליב די באפעל האבן א טייל מוסלעמענער אויסדערוועלט צו לעבן ווי מוסלאמענע מאראנאס (Moriscos) און די אנדערע זענען פארטריבן געווארן. אום ה'רס"ז (1507) איז די גירוש באפעל פארשפרייט געווארן אויך צו אנדערע לענדער אונטער די הערשאפט פון די שפאנישע קעניגרייך, דרום [[איטאליע]], [[סיציליע]] און סארדיניע.
 
דער גירוש שפאניע טוט אפצייכענען די ענדע פון א רייכע קאפיטעל אין די אידישע היסטאריע. עס האט איבערגעלאזט א טופן איינדרוק אין [[ליטעראטור]], [[געזאנג]], אין די ספרי [[הלכה]] אויף די קומעדיגע דורות און די ערעפענונג פון פרישע אידישע [[קהילות]] וואו עס זענען אנגעקומען די פארטריבענע אידן פון שפאניע.