אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וואלערי סלוצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''וואַלערי סלוצקי''' ([[רוסיש]]: Валерий Слуцкий; געב. אין 1954) איז אַ ישראלדיקער רוסיש-שפּראַכיקער [[דיכטער]] און [[איבערזעצער]].
 
==לעבנסגעשיכטע''''''''''==
וואַלערי סלוצקי איז געבוירן געוואָרן אין אין 1954 אין [[דינאבורג|דינאַבורג]], [[לעטלאַנד]], אויסגעוואַקסן אין [[לענינגראַד]] (איצט - [[פּעטערבורג]]). ער האָט פאַרענדיקט דעם לענינגראַדער פּעדאַגאָגישן מלוכה-אוניווערסיטעט אויף הערצענס נאָמען לויטן פאַך "דעפעקטאָלאָגיע, רוסישע שפּראַך און ליטעראַטור. אין 1985 האָט וואַלערי סלוצקי דעביוטירט מיט זײַנע לידער אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג «Круг» ("קרײַז"), וואָס איז דערשינען אין לענינגראַד. אין סוף 1980ער יאָרן אָנטיילגענומען אַלס ליטעראַטור-קריטיקער אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אין 1988 – 1990 איז ער געווען דער פאַרוואַלטער פון פּאָעזיע-אָפטייל פונעם זשורנאַל BEK ("וועק" – ראשי-תיבות פון רוסישע ווערטער "מבשר פון דער ייִדישער קולטור"), וועלכער איז דערשינען אין [[ריגע]]. אין 1990 איז וואלערי סלוצקי עולה געווען קיין ישראל. חוץ זײַנע אָריגינעלע לידער אויף רוסיש, האָט וואַלערי סלוצקי פאַרעפנטלעכט אין זײַן איבערזעצונג אויף רוסיש לידער פון [[דוד האפשטיין|דוד האָפשטיין]], [[אורי צבי גרינבערג]], [[אשר שווארצמאן|אָשר שוואַרצמאַן]], [[פרץ מארקיש|פּרץ מאַרקיש]], [[שמואל האלקין|שמואל האַלקין]], [[חיים לענסקי]], [[אברהם גאלדפאדן|אברהם גאָלדפאַדען]] און [[וועלוול טשערנין]], ווי אויך אַרטיקלען וועגן פּאָעטיק אויף רוסיש און ייִדיש (אין "[[סאָוועטיש היימלאַנד]]" און "[[ירושלימער אַלמאַנאַך]]".